מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק, בין איך געווען אין מאָנסי און אַרײַנגעקומען אין אַ קראָם, וווּ דער בעל־הבית האָט געשמועסט אויף אַראַביש מיט אַ טונקל־הויטיקן חסידישן ייִד. איך האָב זיך פֿאַראינטערעסירט, און דער בעל־הבית, אַ וועלטלעכער ייִד, האָט מיר דערקלערט, אַז זיי זענען קרובֿים און קומען ביידע פֿון תּימן. מיט זײַנע סאַטמאַרער חבֿרים רעדט דער חסיד, אַוודאי, אויף ייִדיש.
די באַגעגעגעניש מיטן אַראַביש־רעדנדיקן חסיד האָט מיר דערמאָנט וועגן דעם גאָר אינטערעסעסאַנטן קול־קורא, וואָס הענגט אינעם קאַסאַבלאַנקער ייִדישן מוזיי. אינעם יאָר 1933 האָט עזוז כּהן, אַ ייִד פֿון פֿעס, פֿאַרשפּרייט זײַן אויפֿרוף צו די מאַראָקאַנער ייִדן צו רעדן, אַנשטאָט פֿראַנצויזיש, אויף זייער טראַדיציאָנעל מאַמע־לשון, אַראַביש. אינעם פֿראַנצויזישן טייל פֿונעם קול־קורא דערקלערט דער מחבר, אַז אויב ייִדן און מוסולמענער וועלן רעדן אויף דער זעלבער שפּראַך, קאָנען זיי בעסער פֿאַרשטיין איינער דעם צווייטן.
דער צווייטער טייל פֿונעם אויפֿרוף איז אָנגעשריבן אויף אַראַביש מיט ייִדישע אותיות. כּהן דערמאָנט, אַז דער הייליקער רמב״ם, אַ באַרימטער תּושבֿ פֿון זײַן שטאָט, האָט גערעדט און געשריבן דווקא אויף דער אַראַבישער שפּראַך. אינעם זעלבן מוזיי־זאַל, דעקאָרירט ווי אַן אינטעריער פֿון אַ טראַדיציאָנעלער מאַראָקאַנער שיל, זענען אויסגעשטעלט פֿאַרשיידענע ספֿרים, אָנגעשריבן אויף ייִדיש־אַראַביש. פֿונעם 9טן ביזן 19טן יאָרהונדערט, זענען די גערעדטע מאַגריבער דיאַלעקטן פֿון אַראַביש מיט ספּעציפֿישע ייִדישע עלעמענטן געווען די היימישע שפּראַך פֿון ייִדן אין מאַראָקאָ, טוניס, אַלזשיר און ליביע, זייער אייגענער מין „ייִדיש‟. בײַ די מאַראָקאַנער ייִדן איז פֿאַראַן אַן אַנדער טראַדיציאָנעלע שפּראַך, דער ייִדישער וואַריאַנט פֿון בערבעריש, וואָס שיידט זיך אונטער מיט אַן אייגנאַרטיקער הבֿרה, און איז אויסגעשפּרענקלט מיט לשון־קודשדיקע ווערטער. ווי איך האָב דערציילט אין מײַן פֿאָריקן אַרטיקל, האָבן גאַנצע בערבערישע שבֿטים זיך מגייר געווען מיט הונדערטער יאָר פֿאַרן אָנקום פֿון די מוסולמענער אין צפֿון־אַפֿריקע. די אַראַבישע היסטאָריקער גיבן איבער, אַז אַ געוויסע ייִדיש־בערבערישע מלכּה מיטן נאָמען דיהיאַ, האָט אָנגעפֿירט מיט אַ מעכטיקן באַוואָפֿנטן אויפֿשטאַנד קעגן די אַראַבער אינעם 7טן יאָרהונדערט.
אין דער מיטל־עלטערלעכער אייראָפּע זענען די בערבערישע ייִדן אויך נישט געווען קיין נאָווינע. למשל, דער נאָמען פֿון דונש בן לברט, אַ באַקאַנטער שפּאַניש־ייִדישער פּאָעט פֿונעם 10טן יאָרהונדערט, געבוירן אין פֿעס, שטאַמט פֿון בערבעריש. ייִדן אַרום דער וועלט זינגען בײַם שבתדיקן טיש זײַן באַקאַנטן פּיוט „דרור יקרא‟.
צום באַדויערן, זענען די ייִדיש־בערבערישע דיאַלעקטן, וואָס רעפּרעזענטירן די טיפֿע פֿאַרבינדונג צווישן ייִדן און בערבערן במשך פֿון איבער 2000 יאָר, כּמעט אינגאַנצן אונטערגעגאַנגען. בלויז אַ פּאָר טויזנט ייִדן, על־פּי־רובֿ זקנים, זענען נאַטירלעכע קענער פֿון ייִדיש־בערבעריש. עס זענען אָפּגעהיט געוואָרן זייער אַ קליינע צאָל טעקסטן, אָנגעשריבן אויף בערבעריש מיט ייִדישע אותיות, אַרײַנגערעכנט געוויסע תּפֿילות און פּסחדיקע הגדות.
אַ טייל ספֿרדים פֿון טאַנזשער און אַ צאָל אַנדערע שטעט פֿונעם געוועזענעם שפּאַנישן טייל פֿון צפֿון־מאַראָקאָ, האָבן אויך אַן אייגענעם וואַריאַנט פֿון לאַדינאָ, האַקעטיִאַ, וואָס שיידט זיך אונטער מיט אַ גרויסער צאָל אַראַבישע ווערטער. דער נאָמען פֿונעם לשון גופֿא שטאַמט פֿון אַראַביש און מיינט „שמועס־שפּראַך‟. עס זענען פֿאַראַן גאָר אַ קליינע צאָל טעקסטן, אָנגעשריבן אויפֿן דאָזיקן לשון מיטן ייִדישן אַלף־בית. אַ קליינע צאָל רעדער פֿון האַקעטיִא וווינען הײַנט אין ווענעזועלע, און אייניקע קולטור־טוער פּרוּוון עס אָפּצוהיטן.
דאָס עיקר־לשון פֿון די מאַראָקאַנער ייִדן איז דער אייגנאַרטיקער אָרטיקער וואַריאַנט פֿון ייִדיש־אַראַביש, פֿול מיט לשון־קודשדיקע ווערטער און אַנדערע ספּעציפֿישע עלעמענטן. אַ פֿערטל מיליאָן עלטערע לײַט אַרום דער וועלט קענען עס נאָך אַלץ. זיי וווינען אָבער אין ארץ־ישׂראל, פֿראַנקרײַך צי מאָנטרעאָל, און באַנוצן זיך זעלטן מיט דער שפּראַך. זייערע אייניקלעך קענען עס, געוויינטלעך, נישט, הגם אין די ייִדישע קהילות פֿון צפֿון־אַפֿריקאַנער אָפּשטאַם איז פֿאַרשפּרייט אַ געוויסע סימפּאַטיע צו דער אַראַבישער קולטור. למשל, אויף גאַנץ פֿרומע ספֿרדישע חתונות שפּילט מען פּאָפּולערע לידער פֿון מאָדערנע אַראַבישע זינגער.
דער מאַראָקאַנער ייִדיש־אַראַביש איז אונטערגעגאַנגען צוליב דרײַ הויפּט־פֿאַקטאָרן: די פֿראַנצויזישע קאָלאָניאַלע השפּעה, די ציוניסטישע באַוועגונג און די מאַסן־עמיגראַציע. די פֿראַנצויזן האָבן געשאַפֿן אַ מצבֿ, אין וועלכן אַ געבילדעטער מאָדערנער ייִד האָט געמוזט רעדן אויף פֿראַנצויזיש; אַראַביש איז געוואָרן אַ סימן פֿון „צוריקגעהאַלטנקייט‟. אין דער קאָלאָניאַלער תּקופֿה האָט זיך אין צפֿון־אַפֿריקע פֿאַרשפּרייט די פֿראַנצויזישע שול־נעץ פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער ייִדישער אָרגאַניזאַציע „כּל ישׂראל חבֿרים‟ אָדער Alliance Israélite, וועלכע האָט געשטרעבט „אויסצומענטשלען‟ די „אומציוויליזירטע‟ ייִדן אין די אַראַבישע לענדער דורך דער וועלטלעכער מערבֿדיקער בילדונג און קולטור.
צוליב די ציוניסטישע, העברעיִסטישע און פּראָ־מערבֿדיקע השפּעות פֿון דער דאָזיקער שול־סיסטעם און דעם אַלגעמיינעם קלימאַט פֿון קאָלאָניאַליזם, איז אין צפֿון־אַפֿריקע דערצויגן געוואָרן אַ נײַער דור „ייִדישע פֿראַנצויזן‟. ס׳רובֿ הײַנטיקע ייִדישע תּושבֿים פֿון מאַראָקאָ, אַחוץ אַ קנאַפּער צאָל עלטערע לײַט, שמועסן צווישן זיך נאָר אויף פֿראַנצויזיש; אויב זיי רעדן יאָ אויף אַראַביש, באַנוצן זיי זיך מיטן אַלגעמיינעם מאַגריבער דיאַלעקט.
פֿונדעסטוועגן, דווקא אין דער קאָלאָניאַלער תּקופֿה האָט זיך אין מאַראָקאָ און טוניס צעבליט אַ ריזיקע נעץ ייִדיש־אַראַבישע אויסגאַבעס. עס זענען אַרויס טויזנטער ספֿרים, ביכער און זשורנאַלן אויף כּלערליי טעמעס. מיט אַ יאָר צוריק איז דערשינען דאָס בוך פֿונעם באַקאַנטן פֿאָרשער יוסף טובי און זײַן פֿרוי, צבֿיה טובי, אַ געבוירענע אין טוניס, וועגן דער מעכטיקער און פֿאַרשיידנאַרטיקער טוניסער ייִדיש־אַראַבישער ליטעראַטור, וועלכע איז פֿאַרעפֿנטלעכט אינעם פּעריאָד פֿון 1850 ביז 1950.
הגם אין אינדיע, איראַק און תּימן האָט דעמאָלט אויך געבליט די פּרעסע און ליטעראַטור אויף די אָרטיקע ייִדישע וואַריאַנטן פֿון אַראַביש, קאָן זי זיך נישט פֿאַרגלײַכן מיטן ריזיקן סכום פֿון טוינזטער ייִדיש־אַראַבישע ביכער, וואָס זענען אַרויס אין מאַראָקאָ, טוניס, אַלזשיר און ליביע. נישט ווייניק אַזעלכע ווערק טרעפֿן זיך אין דער אינטערנעץ־ביבליאָטעק Hebrewbooks. עס האָבן זיך אויך אַקטיוו אַנטוויקלט אַנדערע אויסדרוקן פֿון דער שפּראַך־קולטור, אַרײַנגערעכנט ייִדיש־אַראַבישע מוזיקאַלישע גרופּעס און טעאַטערס.
אַ ריי צפֿון־אַפֿריקאַנער רבנים האָבן שטאַרק געקעמפֿט קעגן דער וועלטלעכער אייראָפּעיִשער השפּעה און גערופֿן די ייִדן צו רעדן ווײַטער אויף זייער טראַדיציאָנעל מאַמע־לשון. צווישן די אָרטיקע משׂכּיליש־געשטימטע שרײַבער און פּאָעטן זענען אויך געווען גענוג ליבהאָבער פֿון ייִדיש־אַראַביש. נישט געקוקט אויף דער ברייטער פֿאַרשפּרייטונג פֿון פֿראַנצויזיש, זענען אַ ריי נישט־ייִדישע ווערק פֿון פֿראַנצויזישע קלאַסיקער איבערגעזעצט געוואָרן אויף „אונדזער אַראַביש‟ („אלערביה דיאלנא‟), ווי די צפֿון־אַפֿריקאַנער ייִדן באַצייכענען זייער שמועס־שפּראַך, ווען זיי ווילן אונטערשטרײַכן דעם אונטערשייד פֿון די אַלגעמיינע מאַגריבער דיאַלעקטן, „דאַרידזשאַ‟, וואָס שיידן זיך ווײַטער שטאַרק אונטער פֿון די גערעדטע וואַריאַנטן פֿון אַראַביש אין תּימן, איראַק אָדער דעם שכנישן עגיפּטן. אַ טייל ייִדיש־אַראַבישע ביכער זענען אויך איבערגעזעצט געוואָרן פֿון רוסיש, לאַדינאָ, ייִדיש און אַנדערע שפּראַכן.
געוויסע אַשכּנזישע רבנים, אַרײַנגערעכנט רבי אַהרן ראָט, דער גרינדער פֿונעם „תּולדות־אַהרנער‟ חסידות, האָבן געפּרוּווט צו פֿאַרשפּרייטן אַ מיזרחדיקע ווערסיע פֿונעם חסידישן „פֿרומען ייִדישיזם‟, און האָבן גערופֿן די אַראַביש־רעדנדיקע ייִדן אָפּצוהיטן זייער היימישע שפּראַך און בשום־אופֿן נישט אַריבערצוגיין אויפֿן מאָדערנעם העברעיִש. אין פֿאַרגלײַך מיט אונדזער ייִדישער שפּראַך, האָט זיך אָבער די „אַראַבישע ייִדישיסטן‟ נישט אײַנגעגעבן צו שאַפֿן אַ ממשותדיקע באַוועגונג. אַחוץ די אָנגעשטרענגטע באַציִונגען צווישן ייִדן און אַראַבער אין דער הײַנטיקער וועלט, און דער קולטורעלער דיסטאַנץ צווישן די חסידים און מיזרחדיקע ייִדישע עדות, קאָן דער דורכפֿאַל אָפּצוהיטן די שפּראַך זײַן פֿאַרבונדן מיט דעם, וואָס די צפֿון־אַפֿריקאַנער ייִדן האָבן קיינמאָל נישט באַטראַכטן זייער ריידעניש ווי אַן אינגאַנצן באַזונדער לשון, נאָר דווקא ווי אַראַביש מיטן ייִדישן טעם.
אין דער זעלבער צײַט, האָבן זיי במשך פֿון לכל־הפּחות 1200 יאָר אַלעמאָל באַטראַכט אַראַביש, אָנגעשריבן מיט ייִדישע אותיות, דווקא ווי די טראַדיציאָנעלע, היימישע און נאַטירלעכע שפּראַך פֿון ייִדן. אַדרבה, אין פֿאַרגלײַך מיט ייִדיש, זענען אינעם מיטל־עלטער אָנגעשריבן געוואָרן אַ סך גאָר ערנסטע ייִדיש־אַראַבישע רבנישע און וויסנשאַפֿטלעכע ווערק, אַרײַנגערעכנט יסודותדיקע קלאַסישע ספֿרים.
למשל, דער אַלזשירער ייִדישער לינגוויסט יהודה אבן־קוריש (קורייש), האָט נאָך אינעם 9טן יאָרהונדערט געפֿירט ערנסטע און סיסטעמאַטישע פֿאַרגלײַך־שטודיעס פֿון סעמיטישע שפּראַכן — לשון־קודש, לשון־תּרגום און אַראַביש. אבן־קוריש איז אויך געווען צווישן די ערשטע חכמים, וואָס האָבן באַמערקט די ווײַטערע פֿאַרבינדונג צווישן די סעמיטישע שפּראַכן און בערבעריש. זײַנע פֿאָרשונגען האָט ער פֿאַרשריבן אויף ייִדיש־אַראַביש.
ווער ווייסט, עס קאָן זײַן, אַז די געשיכטע פֿון די לעבעדיקע ייִדיש־אַראַבישע דיאַלעקטן איז נאָך נישט פֿאַרענדיקט. עס קאָנען זיך אָפּגעפֿינען יונגע ענטוזיאַסטן, וואָס וועלן אויף זיי ווײַטער רעדן און שרײַבן. אַזוי צי אַזוי, האָט ייִדיש־אַראַביש איבערגעלאָזט ממש אַ ריזיקע ירושה, וואָס וועט זיכער צוציִען אַ סך פֿאָרשער, וועלכע וועלן עס ווײַטער שטודירן. הגם אין דער הײַנטיקער פּאָליטישער אַטמאָספֿער קאָן עס קלינגען ווי אַ פּאַראַדאָקס, בלײַבט אַראַביש אויף אייביק אַ נאַטירלעכער וויכטיקער אַספּעקט פֿון ייִדישקייט בכלל, נישט נאָר בײַ די ספֿרדים. אויב עמעצער וויל טיף פֿאַרשטיין אַזעלכע קלאַסישע ספֿרים, ווי „מורה־נבֿוכים‟, אָדער „חובֿות־הלבֿבֿות‟, מוז מען זיך באַקענען מיטן אַראַביש־ייִדישן אָריגינאַל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.