ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw


פֿון קאָבי ווײַצנער

Published August 11, 2015, issue of September 04, 2015.

ישׂראלדיקער זשורנאַליסט קלאָגט זיך אויף אַנטיסעמיטיזם

ניסן צור איז אַ ישׂראלדיקער זשורנאַליסט, וואָס וווינט אין קראָקע. לעצטנס, האָט ער אָנגעשריבן אין דער גרויסער ישׂראלדיקער צײַטונג „מעריבֿ‟, אַז הײַנט זעט מען וואָס אַ מאָל מער אַנטיסעמיטישע לאָזונגען אויף די דענקמעלער, מויערן, און וווּ סע לאָזט זיך נאָר. איינער פֿון די פּאָפּולערסטע לאָזונגען, וואָס ווערן געמאַלעוועט די טעג אין פּוילן איז — „ייִדן — אין די גאַז־קאַמערן‟.

צור האָט זיך נישט געפֿוילט און אָנגעשריבן אַ בריוו צו דער פּאָליציי. געפֿרעגט האָט ער אין זײַן בריוו, ווי אַזוי האָט די פּאָליציי בדעה צו רעאַגירן אויף דער דאָזיקער דערשײַנונג? מאַריוש טשאַרקאַ, דער וואָרטזאָגער פֿון דער פּאָליציי אין קראָקע, האָט אים געענטפֿערט בזה־הלשון: „זײַט וויסן, אַז די אָפֿיציעלע שפּראַך אין פּוילן איז פּויליש (נישט ענגליש). זײַט אַזוי גוט און שרײַבט אָן אײַער בריוו ווידער — דאָס מאָל אויף פּויליש‟.

בכלל, האָט ער צוגעגעבן אַן עצה: די שטאָט קראָקע האָט גענוג מענטשן, אייגענע און פֿרײַוויליקע, וואָס קענען אָפּווישן די אַנטיסעמיטישע לאָזונגען. מען דאַרף זיי נאָר לאָזן וויסן וועגן דעם. צור האָט געהערט מיט קאָפּ די עצות פֿונעם פּאָליציי־וואָרטזאָגער און טאַקע אָנגעשריבן צו דער שטאָט קראָקע. די שטאָט קראָקע האָט אַפֿילו נישט געענטפֿערט אויף זײַן בריוו.

דער מענטשן-רעכט אַקטיוויסט רפֿאל פּאַנקאָווסקי איז מסכּים מיט צור, אַז די פּוילישע מאַכט האָט דעם קאַמף מיט די אַנטיסעמיטן אין דער לינקער פּאה. אים אַרן ספּעציעל די אַנטיסעמיטן, וואָס בושעווען אויף דער אינטערנעץ. טעאָרעטיש איז פּוילן געווען איינע פֿון די אייראָפּעיִשע מדינות, וואָס האָבן געשטיצט דעם קאַמף קעגן אַנטיסעמיטיזם. דאָס איז געווען אין יאָר 2003, אָבער ערשט הײַיאָר האָבן די פּאָליאַקן אונטערגעשריבן דעם דאָזיקן טעקסט. די פּראָבלעם איז נישט וואָס עס זענען ניטאָ קיין אַנטי-ראַסיסטישע געזעצן. די פּראָבלעם איז, וואָס קיינער וויל זיי נישט דורכפֿירן.

אָט האָט אַ געריכט אין אָפּאָלע באַשלאָסן נישט צו באַשולדיקן אַ גרינעם אַדוואָקאַט, וואָס האָט נאָר וואָס פֿאַרענדיקט זײַנע לימודים און האָט פֿאַרשפּרייט אין דער זעלבער צײַט ראַסיסטישע פּראָפּאַגאַנדע אויף דער אינטערנעץ. די ריכטער האָבן געטענהט, אַז דאָס קען שעדיקן די קאַריערע פֿונעם יונגן־מאַן.

עס זעט אָבער אויס, אַז אַנטיסעמיטיזם איז הײַנט צו טאָג נישט קיין מניעה פֿאַר אַ שיינער קאַריערע — אין אייראָפּע בכלל און אין פּוילן בפֿרט. יש אומרים, אַז סע קען אַפֿילו העלפֿן.

אַ פּראָגראַם פֿאַר יוגנט בײַם ייִדישן מוזיי

דער ייִדישער מוזיי אין וואַרשע האָט אײַנגעלאַדן יונגע־לײַט פֿון דײַטשלאַנד, פּוילן און ישׂראל אויף אַ זומער־פּראָגראַם, וואָס הייסט, „טרעף־פּונקט — זומער דערציִונג‟.

די פּראָגראַם דויערט צוויי וואָכן, פֿונעם 16טן ביזן 31טן אויגוסט. דער ציל פֿון דער פּראָגראַם איז צו העלפֿן בויען אַ דיאַלאָג (אפֿשר וואָלט געווען ריכטיקער צו רעדן וועגן אַ טריאַלאָג) צווישן יונגע פּאָליאַקן, יונגע דײַטשן, און יונגע ישׂראלים. די אָרגאַניזאַטאָרן האָבן בדעה צו נוצן דערציִונג און קונסט ווי מיטלען פֿאַר אַזאַ דיאַלאָג.

די טעמע פֿון דער פּראָגראַם: „דער סוף פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה: געשיכטע און זכּרון‟. ווי מיר ווייסן, איז הײַנט פֿאַרשפּרייט צו רעדן נישט בלויז וועגן דער געשיכטע, נאָר טאַקע וועגן די פֿאַרשיידענע, אַזוי גערופֿענע נאַראַטיוון פֿון דער זעלבער געשיכטע. אין דײַטשלאַנד פּוילן און ישׂראל לערנט מען די געשיכטע פֿונעם חורבן אויף אַנדערע אופֿנים. מע דערוואַרט פֿון די יונגע אָנטיילנעמער נישט נאָר איבערצוחזרן די אייגענע נאַראַטיוון פֿון דער מלחמה און פֿונעם חורבן. זיי זענען פֿאַרבעטן צו שאַפֿן אויך אין איינעם אַ קינסטלערישן פּראָיעקט אונטער דער השגחה פֿון אינטערנאַציאָנאַלע קינסטלערס.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.