הגם אַ סך ייִדן זענען צופֿרידן, אַז די אַמעריקאַנער רעגירונג קלײַבט זיך אַרויסצולאָזן פֿון טורמע דעם פֿאַרמישפּטן שפּיאָן יונתן פּאָלאַרד, באַמערקן אַ טייל קריטיקער, אַז די מעשׂה מיט זײַן שפּיאָנאַזש האָט אַ צווייפֿלהאַפֿטיקן טעם. זײַן שפּיאָנירן לטובֿת ישׂראל האָט קאַליע געמאַכט די באַציִונגען צווישן די ייִדן און דער אַמעריקאַנער רעגירונג. דערצו, איז עס אַ קלאַפּ פֿאַרן מאָראַלישן געשטאַלט פֿון ייִדן.
למשל, דוד שאַפּיראָ, אַ וואַשינגטאָנער אַדוואָקאַט, וועלכער רעפּרעזענטירט די ציווילע לײַט, וועלכע האָבן נישט געקאָנט באַקומען אַ דערלויבעניש מיטצואַרבעטן מיט די אַמעריקאַנער מלוכישע שוץ־אַגענטורן, האָט זיך באַקלאָגט, אַז צוליב דער מעשׂה מיט פּאָלאַרדן זענען די זיכערהייט־אינסטאַנצן חושד, אַז צווישן די ייִדן טרעפֿן זיך ישׂראלדיקע שפּיאָנען. הגם פּאָלאַרד איז אַרעסטירט געוואָרן מיט 30 יאָר צוריק, בלײַבט דער דאָזיקער חשד אַן ערנסטע שטערונג פֿאַר די, וואָס שטרעבן זיך אויפֿצוהייבן אויף די „טרעפּ‟ פֿון דער זיכערהייט־היעראַרכיע.
וואָס שייך דעם מאָראַלישן געשטאַלט פֿון דער ייִדישער קהילה, האָט די וואַרעמע קבלת־פּנים און ענטוזיאַסטישע שטיצע לטובֿת פּאָלאַרדן אין ישׂראל און אין די אַמעריקאַנער ייִדישע אָרגאַניזאַציעס געשאַפֿן אַן אומאָנגענעמען אײַנדרוק. מיכאל שורקין, אַ געוועזענער פֿאָרשטייער פֿון די מלוכישע אויסשפּיר־אינסטאַנצן, וועלכער אַרבעט איצט ווי אַ פּאָליטאָלאָג בײַ דער קאָרפּאָראַציע RAND, האָט געטענהט, אַז ווען מע שילדערט אַ בפֿירושן שפּיאָן ווי אַ העלד, איז מען דערמיט גורם צרות פֿאַר די מתפּללים אין די וואַשינגטאָנער שילן, וואָס אַרבעטן אין פֿאַרשיידענע געהיימע אַגענטורן.
דעם 28סטן יולי האָט די אַדמיניסטראַציע פֿון דער תּפֿיסה, וווּ פּאָלאַרד זיצט, באַשלאָסן אים אַרויסצולאָזן דעם 21סטן נאָוועמבער, נאָך 30 יאָר אַרעסט. זײַענדיק אַן אויסשפּירער פֿונעם אַמעריקאַנער ים־פֿלאָט, האָט ער צוגעגנבֿעט געהיימע דאָקומענטן און זיי איבערגעגעבן זײַנע ישׂראלדיקע ווערבירער. ווען דער שפּיאָן איז געזעסן אין טורמע, האָט מדינת־ישׂראל אים צוגעטיילט איר בירגערשאַפֿט און כּסדר געבעטן די פֿאַראייניקטע שטאַטן אים צו באַפֿרײַען. אַ ריי ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין אַמעריקע האָבן אויך געקעמפֿט פֿאַר זײַן באַפֿרײַונג און שטאָלצירן איצט, אַז זייער טעטיקייט האָט געהאָלפֿן אַרויסצולאָזן פּאָלאַרדן פֿון תּפֿיסה.
פֿאַר פּאָלאַרדס אַרעסט, האָבן די אַמעריקאַנער שוץ־אינסטאַנצן חושד געווען, אַז געוויסע ייִדן פֿאַרנעמען זיך מיט שפּיאָנאַזש לטובֿת ישׂראל. צום ערשטן מאָל האָט מען אָבער קלאָר באַשטעטיקט, אַז אין דעם פֿאַל איז עס טאַקע געווען אמת און נישט אַן אַנטיסעמיטישע טעאָריע. שורקין האָט זיך דערמאָנט, אַז נאָך דער מעשׂה מיט פּאָלאַרדן האָט מען אים כּסדר פֿאַרהערט וועגן דעם, ווען ער האָט געדאַרפֿט באַקומען אַ צוטריט צו פֿאַרמאַכטע מלוכישע אָרגאַניזאַציעס.
פֿאַר טויזנטער אַמעריקאַנער ייִדן איז געוואָרן שווער מיטצואַרבעטן אַפֿילו מיט די נידעריקסטע „שטאַפּלען‟ פֿון געהיימע אַגענטורן. וואָס מער ייִדישע אַקטיוויסטן האָבן פֿאַרטיידיקט פּאָלאַרדן און געטענהט, אַז ער האָט קיין שלעכטס נישט געטאָן, אַלץ שטאַרקער האָט זיך פֿאַרשפּרייט אין די אַמעריקאַנער מלוכישע אינסטאַנצן דער חשד, אַז די ייִדן טאָר מען נישט פֿאַרטרויען קיין סודות, בפֿרט אויב זיי האָבן פֿאַרבינדונגען מיט ישׂראל. שאַפּיראָ האָט געזאָגט, אַז דאָס איז אַן ערנסטע פּראָבלעם.
דובֿ זאַקהיים האָט פֿאַרנומען אַ הויך־ראַנגיקע שטעלע אינעם אַמעריקאַנער שוץ־דעפּאַרטאַמענט, ווען די מעשׂה מיט פּאָלאַרדן איז אויסגעבראָכן. הגם ער פּערזענלעך האָט זיך נישט אָנגעטראָפֿן אויף קיין ערנסטע שוועריקייטן, האָט ער באַמערקט, אַז אַרום אַ סך אַנדערע ייִדן האָט זיך געשאַפֿן אַן אומאָנגענעמע אַטמאָספֿער. פֿונדעסטוועגן, האָט זאַקהיים צוגעגעבן, דאַרף די ייִדישע קהילה זײַן צופֿרידן, אַז אין אַמעריקע האָט מען גענוג רויִק רעאַגירט אויף פּאָלאַרדס טעטיקייט און אויף דעם, אַז אַ סך ייִדן האָבן אים פֿאַרוואַנדלט אין אַ העלד; אין אַן אַנדער לאַנד וואָלט אַזאַ מעשׂה געקאָנט אַרויסרופֿן גרויסע אַנטיסעמיטישע רדיפֿות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.