שלום אַשס גרעסטער סקאַנדאַל

Sholem Asch’s biggest scandal


פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published August 13, 2015, issue of September 04, 2015.

איך האָף, אַז אין אַ פּאָר חדשים אַרום וועט מען ניט פֿאַרגעסן אָפּצומערקן שלום אַשס 135סטן געבוירנטאָג. עס פֿאַרדריסט, אַז ס’רובֿ הײַנטיקע אַמעריקאַנער, און ניט נאָר אַמעריקאַנער, ייִדן, בפֿרט יונגע לײַט, האָבן קיין מאָל ניט געהערט דעם דאָזיקן נאָמען. איך האָב אַרײַנגעקוקט אין קאַטאַלאָגן פֿון עטלעכע ביבליאָטעקן, און זיי ווײַזן, אַז אין דעם לעצטן יאָרצענדליק זײַנען אַשס ביכער אַרויס איבערגעזעצט אויף רוסיש, דײַטש, רומעניש; אָבער ענגלישע אויסגאַבעס זעט מען כּמעט ניט. סײַדן, די רייד גייט וועגן אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען מכּוח דעם שרײַבער, וואָס האָט בשעתּו דאָמינירט אויף דער ייִדישער ליטעראַרישער לאַנדשאַפֿט.

אַזאַ קונץ — צו פֿאַרשיטן זײַן נאָמען מיט שטויב — האָט מיט שלום אַשן אָפּגעטאָן די געשיכטע. שולדיק זײַנען אין דעם דאָזיקן עם־הארצות אי די לערנשולן, אי די זשורנאַליסטן. די צרה איז, אָבער, אַז איך בין ניט זיכער, צי אַלע הײַנטיקע ייִדישע לערער און זשורנאַליסטן האָבן אַן אַנונג, ווי ממשותדיק איז געווען שלום אַשס השפּעה אויפֿן ייִדישן לעבן, און ווי וויכטיק זײַנען געווען די סקאַנדאַלן אַרום זײַנע ווערק און זײַנע אַרויסזאָגונגען. וויכטיק, ווײַל זיי האָבן אַנטפּלעקט די אָנגעווייטיקטע פּראָבלעמען.

נאָך זײַענדיק גאָר אַ יונגער שרײַבער, האָט אַש זיך אַרויסגעזאָגט קעגן ברית־מילה. דאָס האָט, פֿאַרשטייט זיך, אַרויסגערופֿן פּראָטעסטן. אמת, אין די 1960ער יאָרן האָט מען זײַנע ווערטער געלויבט אין אַ סאָוועטישער רעצענזיע ווי אַ באַווײַז פֿון אַשס פּראָגרעסיווקייט. אין די 1920ער יאָרן האָט ממש אַ טאַראַראַם געמאַכט אַן ענגליש־שפּראַכיקע אויפֿפֿירונג, אין ניו־יאָרק, פֿון זײַן פּיעסע „דער גאָט פֿון נקמה‟, ווײַל מע האָט געהאַלטן, אַז פֿאַר אַ לײַטישן עולם טאָר מען ניט שפּילן קיין ספּעקטאַקל וועגן אַ שאַנדהויז און לעסביאַנער ליבע. די ייִדישע פּרעסע האָט געזשומעט אויך וועגן אַשס נסיעה קיין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד ווי אויך וועגן זײַן באַשלוס אָנצונעמען אַ פּוילישן אָרדן.

אָבער דעם גרעסטן סקאַנדאַל האָט מיט דרײַ־פֿערטל יאָרהונדערט צוריק געשאַפֿן זײַן בוך „דער מאַן פֿון נצרת‟, וואָס איז תּחילת אַרויס אויף ענגליש אונטערן טיטל The Nazarene. ווי אַ שטענדיקער — און דער סאַמע באַוווּסטער — שרײַבער פֿון „פֿאָרווערטס‟, האָט אַש, קודם־כּל, געבראַכט דעם כּתבֿ־יד אין דער רעדאַקציע. אָבער אַב. קאַהאַן, דער הויפּט־רעדאַקטאָר, האָט זיך אָפּגעזאָגט צו דרוקן דעם „קריסטלעכן‟ ראָמאַן און איז געוואָרן אויסער זיך, ווען די ענגלישע איבערזעצונג איז זייער גוט אויפֿגענומען געוואָרן דורך די לייענער. די פּרעסע האָט מיטגעטיילט, אַז דאָס בוך, וואָס איז אַרויס סוף 1939, האָט שוין אין עטלעכע חדשים אַרום געפֿונען מער פֿון אַ פֿערטל מיליאָן קונים. דער האָנאָראַר האָט דערלויבט אַשן צו קויפֿן אַ הויז איז סטעמפֿאָרד, קאָנעטיקוט.

גלײַכצײַטיק, האָט דער „פֿאָרווערטס‟ געמאַכט אַשן ממש מיט דער בלאָטע גלײַך. מע האָט אים באַשולדיקט אין פֿאַרראַטן די נאַציאָנאַלע אינטערעסן פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. די מלחמה קעגן אים האָט מען געפֿירט אין משך פֿון אַ סך יאָר. אַ חוץ אַב. קאַהאַנען, האָט אין דער דאָזיקער קאַמפּאַניע זיך באַזונדערס אַקטיוו באַטייליקט דער זשורנאַליסט חיים ליבערמאַן, וואָס איז צו יענער צײַט געוואָרן פֿרום. אויך אַנדערע מחברים, אַרײַנגערעכנט יצחק באַשעוויס־זינגערן, האָבן ביטער — און אָפֿט מאָל ניט לײַטיש און ניט באַרעכטיקט — קריטיקירט אַשן.

וואָס זשע האָט אַזוי אויפֿגערייצט דעם עולם פֿון דער צײַטונג, אין דעם יסוד פֿון וועלכער זײַנען געלעגן דורכויס וועלטלעכע, סאָציאַליסטישע טראַדיציעס? אַ קינאת־סופֿרים האָט בלי־ספֿק געשפּילט דאָ אַ ראָליע; אָבער עס זײַנען געווען אויך אידעאָלאָגישע מאָטיוון. ווי עס טענהן אייניקע פֿאָרשער פֿון אָט דעם ענין, איז קאַהאַן און די אַנדערע „פֿאָרווערטס‟־לײַט בייז געוואָרן צוליב דעם פֿאַקט אַליין, וואָס אַש האָט אַרויסגעגעבן זײַן ראָמאַן אויף ענגליש נאָך איידער ער איז אַרויס אויף ייִדיש.

מיר שײַנט, אַז דעם ענטפֿער אויף דעם קאָנפֿליקט אַרום אַש און זײַנע „קריסטלעכע‟ ווערק דאַרף מען זוכן אין דער אַטמאָספֿער, וואָס האָט זיך געשאַפֿן אין יענער צײַט אין דער סבֿיבֿה פֿון „פֿאָרווערטס‟ און אויף דער אַמעריקאַנער „ייִדישער גאַס‟ בכלל. הגם די צײַטונג האָט נאָך אַלץ אָפּגעהיט אַ היפּש ביסל רעטאָריק פֿון סאָציאַליזם און אינטערנאַציאָנאַליזם, איז זי אין דער אמתן אַלץ מער געוואָרן קאָנסערוואַטיוו.

ס’רובֿ, צי לכל־הפּחות אַ סך, לייענער און שרײַבער זײַנען געווען אין גאַנצן וועלטלעך, אָבער גלײַכצײַטיק — קאָנסערוואַטיוו אין דעם זין, וואָס זיי האָבן ניט געקענט פֿאַרטראָגן דעם אַמעריקאַנער, קודם־כּל, רעפֿאָרמיסטישן נוסח פֿון ייִדישקייט. דער עלטער פֿון דעם עולם איז, פֿאַרשטייט זיך, געווען אויך אַ פֿאַקטאָר אין דעם ענין. קאַהאַן גופֿא, אַ שטייגער, איז שוין געווען אַ בן־שמונים.

די רעפֿאָרמיסטישע ייִדישקייט האָט זיי אויסגעזען ווילד־פֿרעמד און פּשוט אַסימילאַטאָריש — „גוייִש‟. מיט חוזק און סתּם שׂינאה צו רעפּאָרמיסטן — זייערע טעמפּלען און זייערע מינהגים (למשל, פֿון מאַכן אַ לאָנטש־הפֿסקה אויף יום־כּיפּור) — זײַנען דורכגעזאַפּט די נומערן פֿון „פֿאָרווערטס‟, געדרוקט אין די 1940ער און 1950ער יאָרן. די זעלבע נומערן זײַנען פֿול מיט אַרטיקלען און בריוו פֿון לייענער, וועלכע ווײַזן, אַז דעם מיזרח־אייראָפּעיִשן אימיגראַנט און זײַנע קינדער האָט אַ צי געטאָן צו דער ייִדישער „אויטענטישקייט‟.

אַ סבֿרא, אַז אין אַשן האָבן זיי דערזען אַ מענטש, וואָס איז אַוועק אין דעם פֿרעמדן לאַגער, אין וועלכן מע האָט אַפֿילו געקענט רויִק און קינסטלעריש רעדן וועגן יעזוס.