ידיעות פֿון מאָסקווע

News From Moscow

דער צענטער „ספֿר‟ פֿאָרשט ייִדישע מצבֿות
Courtesy of www.sefer.ru
דער צענטער „ספֿר‟ פֿאָרשט ייִדישע מצבֿות

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published August 12, 2015, issue of September 04, 2015.

אין אָנדענק פֿונעם 12טן אויגוסט 1952

דער 12טער אויגוסט איז אַ באַקאַנטע און טרויעריקע דאַטע אין דער געשיכטע פֿון סאָוועטישן ייִדנטום: אין דעם טאָג זענען דערשאָסן געוואָרן אָנגעזעענע טוער פֿון דער ייִדישער קולטור, וועלכע זענען געווען פֿאַרבונדן מיטן „ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט‟, בתוכם פּרץ מאַרקיש, דוד האָפֿשטיין, לייב קוויטקאָ, דוד בערגעלסאָן און איציק פֿעפֿער. עס וועלן דורכגיין אָנדענק־צערעמאָניעס אין מאָסקווע; מע קען אויך באַזוכן אַן אויסשטעלונג אין דעם ערשטן מאָסקווער ייִדישן מוזיי, געווידמעט די אומגעבראַכטע שרײַבער. זי שליסט אײַן מאַטעריאַלן וועגן די אומגעקומענע, זייערע פּערזענלעכע זאַכן און בריוו, געשיקט זייערע אייגענע פֿון דער טורמע.


אַן אָוונט לכּבֿוד דעם פּאָעט וולאַדימיר אופֿלאַנד

אַ סאָוועטישער פּאָעט, אַ ייִד, איז געוואָרן די טעמע פֿון אַ באַגעגעניש, אָרגאַניזירט די וואָך אינעם נײַעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי. דאָרטן האָט דער פּאָעט און קריטיקער גריגאָרי פּעטוכאָוו דערציילט וועגן וולאַדימיר אופֿלאַנד, איינער פֿון די באַרימטע סאָוועטישע אונטערערדישע פּאָעטן. ער האָט געהערט צו דער אַזוי גערופֿענער „פֿילאָלאָגישער שול‟ אין סאָוועטישער פּאָעזיע, איז געווען אַ „יורש‟ פֿון די רוסישע אָבעריִוטן (כאַרמס, זאַבאָלאָצקי און אַנדערע), געדרוקט זײַנע לירישע לידער אין „סאַמאיזדאַט‟ און פֿאַרפֿאַסט עטלעכע לידער פֿאַר פֿילמען און קינדער־ביכער.


רעפֿעראַט: „די געשיכטע פֿון גאָט אין דער מאָדערנער צײַט‟

נאָך אַ באַגעגעניש איז פֿאָרגעקומען אינעם מוזיי אין די ראַמען פֿון דער אויסשטעלונג „צווישן צוויי וועלטן‟. אַ רעפֿעראַט האָט געהאַלטן וואַלערי פּאָדאָראָגאַ, איינער פֿון די בעסטע איצטיקע פֿילאָסאָפֿן אין רוסלאַנד, פּראָפֿעסאָר פֿון פֿילאָסאָפֿיע־אינסטיטוט בײַ דער וויסנשאַפֿט־אַקאַדעמיע. זײַן רעפֿעראַט האָט געהייסן „די געשיכטע פֿון גאָט אין דער מאָדערנער צײַט‟. ער האָט גערעדט וועגן דער אידעע פֿון גאָט אין מערבֿ־פֿילאָסאָפֿיע און מערבֿדיקער קונסט במשך פֿון די לעצטע 500 יאָר. באַזונדערס האָט ער זיך קאָנצענטרירט אויף דער אידעע פֿון גאָט בײַ ניטשע.


חב״ד באַזוכט 70 רוסישע שטעט און שטעטלעך

דעם 11טן אויגוסט האָט זיך געענדיקט די פֿערטע, אַזוי גערופֿענע, „עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציע‟ — אַ רײַזע פֿון חב״דניקעס איבער רוסלאַנד. די יונגע רבנים און ישיבֿה־בחורים האָבן באַזוכט אַרום 70 רוסישע שטעט און שטעטלעך, וווּ עס זענען דאָ ייִדן, אָבער ס’איז ניטאָ קיין רבֿ אָדער ספֿר־תּורה. אין עטלעכע שטעט האָט מען צום ערשטן מאָל פֿאַר די לעצטע 5־10 יאָר געהערט ווי מע לייענט פֿון אַ ספֿר־תּורה. די אָרגאַניזאַטאָרן זעען דעם הויפּט־ציל פֿון דער רײַזע אינעם קאַמף קעגן אַסימילאַציע פֿון ייִדן, אָבער זיי זענען צופֿרידן פֿון דעם, וואָס אויף די באַגעגענישן מיט די שליחים זענען געקומען אויך ניט־ייִדן, און אין עטלעכע שטעט האָט די מלוכה אָרגאַניזירט פֿאַר די חב״ד־גרופּעס אַ קבלת־פּנים.


געשטאָרבן סאַמויִל לוריע — באַקאַנטער ליטעראַטור־טוער

עס איז געקומען אַ טרויעריקע נײַעס פֿון קאַליפֿאָרניע: אינעם דאָרטיקן שפּיטאָל איז ניפֿטר געוואָרן דער ליטעראַטור־קריטיקער און שרײַבער סאַמויִל לוריע. ער איז געווען אַ רעדאַקטאָר אין דער באַרימטער צײַטשריפֿט „נעוואַ‟, געאַרבעט אין אַנדערע באַקאַנטע „דיקע זשורנאַלן‟ — „זוועזדאַ‟, „פּאָסטסקריפּטום‟, אָפּגעדרוקט אַ צענדליק אייגענע ביכער; ער איז געווען אַ זשורי־מיטגליד פֿונעם „רוסישן בוקער‟. לוריע איז אַלט געווען 74 יאָר.


דער צענטער „ספֿר‟ פֿאָרשט ייִדישע מצבֿות

די סמאָלענסקער געגנט, בפֿרט דאָס דערפֿל ליובאַוויטש, וווּ ס‘האָט זיך אָנגעהויבן די געשיכטע פֿון חב״ד, איז די וואָך געוואָרן אַן אָרט פֿון אמתער עקספּעדיציע. דאָרטן אַרבעט אַ גרופּע פֿונעם צענטער פֿון ייִדישע לימודים „ספֿר‟. די גרופּע באַשטייט פֿון 2 טיילן — עפּיגראַפֿיסטן, וואָס באַשרײַבן דעם היגן בית־עולם (זיי שרײַבן איבער די אויפֿשריפֿטן אויף מצבֿות און האָבן בדעה אַרויסצוגעבן אַ קאַטאַלאָג פֿונעם בית־עולם מיט אַ מאַפּע) און ענטאָגראַפֿן. זיי פֿרעגן אויס סמאָלענסקער ייִדן ווי אויך עלטערע ניט־ייִדן אין ליובאַוויטש — וואָס זיי געדענקען וועגן די צײַטן, ווען די ייִדן האָבן דאָרט געוווינט, און וואָס זיי ווייסן וועגן דעם מאָדערנעם חב״ד. אַ טייל אינטערוויוען מיט סמאָלענסקער ייִדן ווערט דורכגעפֿירט אויף ייִדיש. צווישן די באַטייליקטע פֿון דער עקספּעדיציע געפֿינט זיך אַ טוער פֿון ייִדיש אין ניו־יאָרק, יעקבֿ־פּרץ בלום.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.