זײַענדיק אַ מיזרחדיקע ייִדישע פֿרוי, בין איך אַ ווײַסע צי נישט? אַמאָל האָב איך געטראַכט, אַז איך געהער זיכער צו דער קאַטעגאָריע פֿון „קאָליריקע מענטשן‟. מײַנע זיידעס און באָבעס שטאַמען פֿון אינדיע, איראַק און מאַראָקאָ. זייער מאַמע־לשון איז געווען הינדי און אַראַביש. ממש יעדעס מאָל, ווען איך גיי דורך די זיכערהייט־־סיסטעם אין אַן עראָפּאָרט, קלײַבט מען מיך אויס פֿאַר אַ „צופֿעליקער‟ אינספּעקציע. קיין צופֿאַל איז עס אָבער נישט, ווײַל אויף דער גאַס פֿרעגט מען מיך כּסדר, צי איך בין אַן אַראַבישע, אַ פּערסישע, אינדישע צי גאָר אַ לאַטײַן־אַמעריקאַנער פֿרוי.
כ׳האָב געטראַכט, אַז צוליב מײַן טונקעלער הויט קאָן מען מיך נישט פֿאַררעכענען פֿאַר אַ ווײַסע. ווען איך האָב געשמועסט מיט אַן אַפֿראָ־אַמעריקאַנער ייִדישער באַקאַנטער, האָט זי מיר אָבער אַמאָל געזאָגט, אַז ניין, פֿאַר איר בין גאַנץ ווײַס. צוערשט, בין איך אויפֿגעבראַכט געוואָרן; איך מעג דאָך אַליין באַשליסן, ווי אַזוי זיך צו אידענטיפֿיצירן. דערנאָך האָב איך זיך דערמאָנט, אַז צומאָל באַטראַכט מען מיך טאַקע ווי אַ ווײַסע פֿרוי. עס קאָן זײַן, אַז פֿונעם אַפֿראָ־אַמעריקאַנער שטאַנדפּונקט קאָן איך שעפּן נחת פֿון די ווײַסע ראַסע־פּריווילעגיעס. דערפֿאַר, האָב איך פֿאַרבראַכט עטלעכע וואָכן, שמועסנדיק מיט שוואַרצע, מיזרחדיקע און געמישטע ייִדן, כּדי אויסצוגעפֿינען, וואָס זיי טראַכטן וועגן דעם.
עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז מײַן משפּחה האָט נישט קיין השׂגה, צי מע זאָל באַטראַכטן די מיזרחדיקע ייִדן ווי „קאָליריקע‟ מענטשן. די אַמעריקאַנער רעגירונג און דער ביוראָ פֿון פֿאָלקס־צייכענונג ווייסן אויך נישט. אין די אַמעריקאַנער אַנקעטעס פֿרעגט מען, צי מע איז ווײַס, שוואַרץ, אַזיאַטיש, אַן אַמעריקאַנער אינדיאַנער צי אַן אַלאַסקער אַבאָריגען, אָדער אַן אָפּשטאַמלינג פֿון די פּאַציפֿישע אינדזלען. אַזעלכע מענטשן, אַזוי ווי איך — די אַמעריקאַנער אַראַבער, אַרײַנגערעכנט די ייִדן פֿון אַראַבישע לענדער — מעגן זיך פֿאַרשרײַבן ווי פֿאָרשטייער פֿון דער ווײַסער ראַסע.
אַ טייל אַראַבישע גרופּעס אין אַמעריקע זענען נישט מסכּים דערמיט. הגם לויט דער איצטיקער דעפֿיניציע פֿונעם אַמעריקאַנער סטאַטיסטישן ביוראָ ווערן אַלע מענטשן, וואָס שטאַמען פֿון „אָריגינעלע‟ אייראָפּעיִשע, מיטל־מיזרחדיקע און צפֿון־אַמעריקאַנער פֿעלקער באַטראַכט ווי „ווײַסע‟, גלייבן די דאָזיקע גרופּעס, אַז זיי געהערן צו אַן אַנדער ראַסע־קאַטעגאָריע.
אינעם דור פֿון מײַנע עלטערן און באָבע־זיידעס, האָבן די מיזרחדיקע ייִדן געפּרוּווט צו באַווײַזן אין ישׂראל און אין צפֿון־אַמעריקע, אַז זיי זענען פּונקט אַזעלכע ווײַסע מענטשן, ווי די אייראָפּעער, כּדי זיך אַרײַנצופּאַסן אינעם „ערשט־קלאַסיקן‟ טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג. זיי וואָלטן, מסתּמא, נישט פֿאַרשטאַנען, פֿאַרוואָס דער יונגער דור קעמפֿט, כּדי זיך אַרײַנצושרײַבן אין אַן אַנדער ראַסע־גרופּע. אַ סך עלטערע ייִדן פֿון צפֿון־אַפֿריקע און מיטל־מיזרח באַטראַכטן זיך אָבער דווקא נישט ווי ווײַסע. ס׳זעט אויס, אַז פֿאַרשיידענע עלטער־גרופּעס קוקן אַנדערש אויף דער דאָזיקער פֿראַגע.
אַזוי צי אַזוי, האָט צבֿי בן־דור בעניט, אַ פּראָפֿעסאָר פֿונעם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט, געפּסקנט, ווען איך האָב מיט אים געשמועסט וועגן דעם אויפֿן טעלעפֿאָן, אַז אינעם אַמעריקאַנער זין פֿונעם וואָרט בין איך זיכער ווײַס. די מיטל־מיזרחדיקע אימיגראַנטן האָבן קיינמאָל נישט געליטן אין אַמעריקע פֿון אַזאַ דיסקרימינאַציע, ווי די אַזיאַטן אינעם 19טן יאָרהונדערט, שוין אָפּגערעדט פֿון די אַפֿראָ־אַמעריקאַנער. דער פּראָפֿעסאָר האָט צוגעגעבן, אַז אין ישׂראל איז די מעשׂה גאַנץ אַנדערש. די אַשכּנזים האָבן באַטראַכט די מיזרחדיקע ייִדן ווי „שוואַרצע‟ אין די 1950ער יאָרן; צוליב דער דיסקרימינאַציע, איז דאָרטן אין די 1970ער יאָרן אויפֿגעקומען אַן אייגענע ווערסיע פֿון די „שוואַרצע פּאַנטערן‟, וועלכע האָבן דווקא שטאָלצירט מיט זייער טונקעלער הויט.
פֿון דער צווייטער זײַט, האָט מען אין אַמעריקע לאַוו־דווקא באַטראַכט אַפֿילו די אַשכּנזישע ייִדן ווי „עכטע‟ ווײַסע מענטשן פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה. דערצו, ווי עס האָבן באַמערקט אַ צאָל מענטשן, מיט וועלכע איך האָב געשמועסט וועגן דעם, לײַדן זיי הײַנט פֿון אומאָפֿיציעלער ראַסע־דיסקרימינאַציע. למשל, אין די עראָפּאָרטן קוקט מען מיט חשד אויף די תּימנער און איראַנישע ייִדן, ווײַל זיי זעען אויס ווי „טעראָריסטן‟. אין פֿאַרגלײַך מיט שוואַרץ־הויטיקע מוסולמענער, קאָן מען אָבער זאָגן, אַז דאָס איז אַ קלייניקייט.
נאָך אין מײַן יוגנט, האָב איך באַמערקט אַ געוויסן חילוק צווישן מײַנע נישט־ייִדישע אַמעריקאַנער פֿרײַנד, וועלכע האָבן מיך כּסדר באַלוינט מיט אַזעלכע עפּיטעטן, ווי אַן „עטנישע‟ אָדער „עקזאָטישע‟, און די ייִדן, וועלכע האָבן גלײַך באַמערקט, אַז איך בין נישט קיין אַשכּנזישע, אָבער פֿאָרט אַ ווײַסע, ווײַל לויט זייער סטערעאָטיפּ זענען ייִדן אַ „ווײַס‟ פֿאָלק.
בקיצור, ס׳איז אַ קאָמפּליצירטער און סענסיטיווער ענין. דערווײַל באַטראַכט איך זיך ווײַטער ווי אַ נישט־ווײַסע אַראַביש־ייִדישע פֿרוי.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.