דער מחבר דערציילט, וואָס עס קאָן געשען אין ישׂראל, ווען אַן אינטערעסאַנטער ייִדישער פּראָיעקט פֿאַלט דאָרט אַרײַן אין אַ ייִדישער מלוכה־אינסטאַנץ
„…מיר דרייען זיך אַרום די זעלבע זאַכן… דער סוד פֿון לעבן איז ניט צעקײַען…‟, אָבער װאָס לענגער און טיפֿער איך װאָרצל זיך אַרײַן אין לעבן, אַלץ מער װער איך פֿאַרחידושט פֿון דעם װי אַזױ דער גורל, װאָס איז פֿון פֿאָרױס אַ באַשטימטע זאַך, הערט ניט אױף צו קעמפֿן מיטן „גלגל החוזר‟, װאָס, װי באַװוּסט, איז די סאַמע אומסטאַבילע זאַך אױף דער װעלט. און װאָס איז ניט װײניקער אינטערעסאַנט, אַז דאָס געראַנגל קומט איבער הױפּט פֿאָר אין די אײדעלע נשמות, אין די אומבאַװאָפֿנטע נשמות פֿון די קינסטלער.
דאָס פֿאָלק חכמהט זיך, אַז יעדער דאָקטער לאָזט נאָך זיך איבער אַ בית־עולם פֿון זײַנע פּאַציענטן. דער־אָ צינישער און אַפֿילו אַכזריותדיקער אױסדרוק מײנט אָבער ניט מער װי אַ לעבנס־באַמערקונג, אַז יעדער דאָקטער איז ניט מער װי אַ מענטש און אַפֿילו די בעסטע פֿון זײ קענען מאַכן אַ טעות, פֿאַר װעלכן דער פּאַציענט קען באַצאָלן מיטן לעבן. נאָך ניט לאַנג צוריק האָט מען געהאַלטן, אַז די מעדיקער הײלן די קערפּער און די קינסטלער הײלן די נשמות. פֿרעגט זיך אָבער אַ קשיא — און װער װעט הײלן די אײדעלע נשמות פֿון די קינסטלער?… כּל־זמן ער איז אַקטיװ און שעפֿעריש איז די־אָ קשיא ניט קײן קשיא, װײַל די אײגענע װערק פֿונעם קינסטלער פֿאַרמאָגן אין זיך אַ זעלטענעם כּוח צו שטילן דעם װײטיק און רײַטן װײַטער אױפֿן „גלגל החוזר‟ איבער די פֿאַרנעפּלדיקע סטעזשקעס פֿונעם אײגענעם גורל, און זוכן װײַטער אַ װעג צו אַנטדעקן דעם סוד פֿון לעבן, און װײַטער שטױסט זיך אָן אױף אַ װאַנט פֿון יענעמס קריװדע, גלײַכגילטיקײט און נאַרישקײט. און מיט דער צײַט פֿאַלט דער קינסטלער אױפֿן שׂכל, אַז כּדי איבערצוצײַגן אַ נאַר, דאַרף ער אַלײן װערן אַ נאַר.
שלמה המלך, דער חכם מכל אָדם, דער קליגסטער פֿון אַלע מענטשן, דער פּאָעט פֿון אַלע פּאָעטן, זאָגט אין זײַנע משלים: אל תּען כּסיל כּאולתּו… — ענטפֿער ניט אַ נאַר אַזױ װי זײַן נאַרישקײט, כּדי דו אױך זאָלסט ניט װערן גלײַך צו אים (משלי, כו, ד’). און באַלד טאַקע נאָך דעם זאָגט ער פּונקט פֿאַרקערט: ענה כסיל כּאולתּו… — ענטפֿער דעם נאַר װעדליק זײַן נאַרישקײט, כּדי ער זאָל ניט זײַן אַ חכם אין זײַנע אױגן (משלי, כו, ה’).
פֿרעגט זיך װידער אַ מאָל אַ קשיא: װי אַזױ שטעלט מען צונױף צװײ װענט? װי אַזױ קענען רעכט װערן די־אָ צװײ פּסקים? אײנע פֿון צװײ — אָדער יאָ ענטפֿערן, אָדער ניט ענטפֿערן?
און דער תּירוץ דערױף איז: דאָס ערשטע מאָל „כּסיל‟, אַ נאַר, שטײט מיט אַ דגש, מיט אַ פּינטעלע אין „כּ‟, און דאָס צװײטע מאָל קומט דאָס װאָרט „כסיל‟ אָן אַ פּינטעלע. און אָט דאָס טאַקע איז דער מײן, — אױב דער נאַר איז מיט אַ פּינטעלע, אַפֿילו פּרוּװ ניט אים צו ענטפֿערן, װעט דיר קײן זאַך ניט העלפֿן, קענסט טענהן צו אים פֿון הײַנט ביז מאָרגן, ער װעט בלײַבן בײַ זײַנס. אָבער, אַז ס’רעדט זיך װעגן סתּם אַ נאַר, אַ פּשוטער, נאַר אָן אַ פּינטעלע — מעגסטו אים יאָ ענטפֿערן, עס קען זײַן, אַז די װערטער דײַנע װעלן ניט זײַן אומזיסט.
די־אָ טעמע פֿון צוזאַמענװױנען מיט כּלערלײ קינסטלערישע און קינסטלעכע „נאַראָנים‟ יאָגט מיך נאָך זינט יענער רגע, װען חײם בײדער, אונדז צו לאַנגע יאָרן, האָט מיר מיט דרײַסיק יאָר צוריק געשאָנקען אַ ביכל, „כעלעמער חכמים‟, צונױפֿגעשטעלט און באַאַרבעט פֿון פֿ. פֿריד (ייִדיש בוך, װאַרשע, 1966). עס איז אַװעק אַ שאָק מיט יאָרן, איך לױף אַװעק פֿון די „כעלעמער טרױמער‟ און זײ לאָזן מיך ניט צו רו, און איך הײב אָן צו פֿאַרשטײן, אַז זײ, די „כעלעמער‟, זײ זײַנען אַן עדה טרױמער, װעלכע װילן ניט און קענען ניט לעבן לױט די „נאַרישע‟ געזעצן פֿון דער אַרומיקער „ניט־כעלעמער‟ װעלט.
…הײסן האָט ער געהײסן לעאָניד גאָראָװעץ (1950‒2013), און ער האָט געהאַט אַ טרױם: צו מאַכן אַ פֿילם לױט די פֿאָלקס־מעשׂהלעך װעגן הערשעלע אָסטראָפּאָליער אָדער װעגן די כעלעמער חכמים. מיט דעם־אָ טרױם זײַנעם איז ער צו מיר געקומען מיט היפּשע צװאַנציק יאָר צוריק. קײן פֿעסטן פּלאַן פֿון אַ סוזשעט האָט ער ניט געהאַט, נאָר אײן ביטע האָט ער טאַקע יאָ געהאַט — די לעצטע סצענע פֿונעם פֿילם דאַרף זײַן אַ מין סצענישע אינטערפּרעטאַציע פֿון מאַרק שאַגאַלס בילד, „אַ שפּאַציר‟.
עס איז איבעריק צו זאָגן, אַז אין יענע צײַטן איז גאָראָװעצס נאָמען געװען גוט באַקאַנט אין ישׂראל צװישן די געװעזענע סאָװעטישע בירגער — ערשטס, אַ דאַנק זײַן פֿילם „דער דאַמסקער שנײַדער‟ (1990, סצעראַריסט — אַלעקסנדער באָרשטשאַגאָװסקי, קאָמפּאָזיטאָר — סערגײ (ישׂראל) בערינסקי, 1946‒1998), און צװײטנס — לעאָניד גאָראָװעץ איז געװאָרן אַ מין מוסטער פֿון דער מזלדיקער אַבסאָרבציע אין דער מערבֿדיקער געזעלשאַפֿט: געאַרבעט אױף דער טעלעװיזיע, געהאַלטן לעקציעס אין אוניװערסיטעט און דער עיקר — געשטעלט אַ נײַעם רוסיש־ישׂראלדיקן פֿילם „קאַװע מיט אַ לימענע‟. אױב מע רעדט שױן װעגן די קינסטלערישע װערטן, טאָ אַחוץ די נײַע רעפּאַטריאַנטן, ניט די קאַװע און ניט די לימענע האָט קײנער (ניט דער פּובליקום און ניט קריטיק) ניט דערשמעקט. אָבער „דער דאַמסקער שנײַדער‟ האָט יאָ באַקומען אַ פּאָר קינאָ־פּרײַזן אין אײראָפּע און, אָן אַ ספֿק, דער פֿילם װעט בלײַבן אין דער געשיכטע פֿון קינאָ, איבער הױפּט אַ דאַנק דעם געניעלן שפּילן פֿונעם אַקטיאָר אינאָקענטי סמאָקטונאָװסקי (שירה גאָרשמאַנס אײדעם) און דער מוזיק פֿון סערגײ בערינסקי.
בקיצור, דער פֿאָרשלאָג איז מיר געפֿעלן געװאָרן און אין משך פֿון אַ האַלב יאָר האָב איך אָנגעשריבן אַ סצענאַר אױף ייִדיש, „שײנע ייִדעלעך‟, און אַפֿילו איבערגעזעצט אים אױף העברעיִש. גאָראָװיצן איז דער סצענאַר געפֿעלן געװאָרן און מיר האָבן אים אַװעקגעטראָגן צו אַ באַקאַנטן פּראָדוצענט אין ישׂראל. װאָס װײַטער? — פֿרעג איך בײַ מאַעסטראָ. װײַטער — ענטפֿערט ער — װאַרט, כ’װעל דיר אָנקלינגען.
גוט, אַז מע הײסט מיר װאַרטן, װאַרט איך. מיט אַ האַלב יאָר שפּעטער האָב איך טאַקע פֿאַרלױרן ס’געדולד און אַלײן אָנגעקלונגען לעאָנידן. ענטפֿערט מיר אַ װײַבעריש קול: לעאָניד איז ניטאָ. װאָס הײסט ניטאָ? ער איז אַװעקגעפֿאָרן, קײן האָלאַנד. אױף לאַנג? אױף אײביק… פּי־פּי־פּי…
מיט דעם „פּי־פּי־פּי‟, אָבער, האָט זיך די „כעלעמער מעשׂה‟ ניט פֿאַרענדיקט. דער געדאַנק פֿון שטעלן אַ פֿילם איז פֿאַרװאַנדלט געװאָרן אין אַ פּראָיעקט צו מאַכן אַ קאַרטון־סעריאַל פֿון 50 סעריעס, צו 12 מינוט יעדע איינע. נאָך אַ יאָר שקלאַפֿערישער אַרבעט האָבן מיר (די קאַרטון־מאָלערין נעסיע װעלעדניצקי, דער גראַפֿיקער אַלכּסנדר גאַנעלין און דער זשורנאַליסט אפֿרים גאַנאָר) אַרײַנגעטראָגן דעם פּראָיעקט, װאָס איז געװען ענלעך אױף דער גרױסער ענגלישער ענציקלאָפּעדיע, דעם גענעראַל־דירעקטאָר פֿון דעמאָלטיקער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. אַרײַנגעטראָגן און אָנגעהױבן װאַרטן… אין אַ חודש אַרום איז געקומען אַן ענטפֿער: דעם פּראָעקט, צוזאַמען מיט די אילוסטראַציעס, האָט מען אַרױסגעגנבֿעט פֿונעם אײַזערנעם סײף…
אָט אַזאַ פֿרײלעכע כעלעמער מעשׂה. עס װײַזט אױס, אַז גערעכט איז געװען י. ל. פּרץ, װען ער האָט געשריבן: „איז דאָך גלגל חוזר בעולם און אַז מע קען העכער נישט שטײַגן, הײבט מען אָן צו פֿאַלן.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.