אַ נײַע אונטערצינדונג אויפֿן מערבֿ־ברעג

West Bank Bedouin Tent Burned Down

דאָס פֿאַרברענטע בעדויִנישע געצעלט אויפֿן מערבֿ־ברעג
Flash90
דאָס פֿאַרברענטע בעדויִנישע געצעלט אויפֿן מערבֿ־ברעג

פֿון ייִט״אַ

Published August 14, 2015, issue of September 04, 2015.

דאָנערשטיק אינדערפֿרי, דעם 13טן אויגוסט, איז אינגאַנצן פֿאַרברענט געוואָרן אַ געצעלט אין כּאַפֿר־מאַליק, אַ בעדויִניש דאָרף אויפֿן מערבֿ־ברעג, וואָס געפֿינט זיך צום צפֿון פֿון ראַמאַלע. ס׳זעט אויס, אַז מע האָט עס בכּיוון אונטערגעצונדן. די בעדויִנער האָבן באַנוצט דעם געצעלט ווי אַ סקלאַד; בעת דער שׂריפֿה, איז קיינער נישט געווען אינעווייניק.

אויף אַ שטיין לעבן דעם פֿאַרברענטן געצעלט האָט עמעצער אָנגעצייכנט מיט אַן אַעראָזאָל־פֿאַרב אַ מגן־דוד מיט דער אויפֿשריפֿט „אַדמיניסטראַטיווע נקמה‟. עס קאָן זײַן, אַז דאָס אין אַ רעאַקציע אויפֿן אַנומטליקן באַשלוס פֿון דער ישׂראלדיקער רעגירונג, לויט וועלכן דרײַ פֿאַרדעכטיקטע ייִדישע טעראָריסטן זענען פֿאַרהאַלטן געוואָרן אונטערן אַדמיניסטראַטיוון אַרעסט. די אַרעסטאַנטן קאָנען בלײַבן אין תּפֿיסה ביז זעקס חדשים אָן געריכט־זיצונגען און באַשולדיקונגען. נאָכן באַשטימטן טערמין, קאָן מען באַנײַען דעם אַרעסט און האַלטן די אַסירים, אין פּרינציפּ, וויפֿל מע וויל אין טורמע. הונדערטער פּאַלעסטינער זיצן אין די ישׂראלדיקע תּפֿיסות אונטערן אַדמיניסטראַטיוון אַרעסט; ביז איצט האָט מען אָבער נישט אָנגעווענדט אַזעלכע האַרבע מיטלען צו די ייִדישע פֿאַרדעכטיקטע.

דעם 31סטן יולי איז אונטערגעצונדן געוואָרן אַ פּאַלעסטינער הויז אויפֿן מערבֿ־ברעג; אַ קליין קינד און זײַן טאַטע זענען פֿאַרברענט געוואָרן אויף טויט. די פּאָליציי האָט אַרעסטירט דרײַ פֿאַרדעכטיקטע ייִדישע עקסטרעמיסטן און האָט זיי אײַנגעזעצט אין תּפֿיסה אונטערן אַדמיניסטראַטיוון אַרעסט. עס קאָן זײַן, אַז אַנדערע עקסטרעמיסטן האָבן מיט זייער נײַער אַקציע געוואָלט ווײַזן, אַז אַזאַ שטראָף סטראַשעט זיי נישט, און אַז זיי ווילן נקמה נעמען פֿאַרן אַרעסט פֿון זייערע מיטדענקער.

דאָס דאָרף דומאַ, וווּ דער דאָזיקער שרעקלעכער אַטאַק איז אויסגעבראָכן, געפֿינט זיך בערך דרײַ מײַל פֿונעם אָרט, וווּ איצט האָט מען פֿאַרברענט דאָס בעדוּינער געצעלט. ווי מע האָט איבערגעגעבן, האָט די פּאָליציי אַרעסטירט שפּעטער, נאָך דער שׂריפֿה, דרײַ יונגע ייִדן אין שײַכות מיט דער אונטערצינדונג. זייער אויטאָ האָט מען קאָנפֿיסקירט און דערווײַל פֿאַרווערט צו טרעפֿן זיך מיט אַן אַדוואָקאַט.