דער טאָראָנטער זשורנאַל Toronto Life האָט נישט לאַנג צוריק פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל וועגן דעם נײַעם ייִדישן רעסטאָראַן מיטן ייִדישן נאָמען „עסן‟, וווּ עס ווערט באַמערקט, אַז הגם דער בעל־הבית, ליאור צימערמאַן, טוט אַלץ ריכטיק, בלײַבט זײַן געשעפֿט ליידיק. דער זשורנאַל גיט צו, אַז ס׳איז שווער צו פֿאַרשטיין, פֿאַרוואָס אַזאַ געראָטן אָרט האָט נישט קיין מזל.
דער רעסטאָראַן האָט זיך געעפֿנט מיט 9 חדשים צוריק און לייגט פֿאָר אָריגינעלע שעפֿערישע מאכלים אויפֿן סמך פֿון אַשכּנזישע און מיטל־מיזרחדיקע רעצעפּטן מיט אַ פֿראַנצויזישן טעם; מיט די פֿראַנצויזישע קעכערײַ־חכמות האָט ער זיך באַקענט אויף די קורסן פֿון קולינאַריע. דער בעל־הבית אַליין איז מסכּים מיט דער דערמאָנטער אָפּשאַצונג אין דער פּרעסע און הייבט נישט אָן צו וויסן, פֿאַרוואָס זײַן אונטערנעמונג ציט צו ווייניק מענטשן. פֿריִער האָט ער געאַרבעט ווי אַ שעף־קעכער און רעסטאָראַן־פֿאַרוואַלטער. אַן אייגנטימער איז ער אָבער געוואָרן צום ערשטן מאָל. ס׳זעט אויס, אַז ער מוז זיך אויסלערנען, ווי אַזוי מע דאַרף צוציִען מער קליענטן צו זײַן רעסטאָראַן.
די קוואַליטעט פֿון די נאַשערײַען איז זיכער נישט די סיבה פֿון דער נידעריקער פּאָפּולאַריטעט פֿון „עסן‟. אַדרבה, די מאכלים זענען אויסערגעוויינטלעך געשמאַק, צוליב דער געראָטענער קאָמבינאַציע פֿון די באַקאַנטע ייִדישע רעצעפּטן פֿון זײַנע קינדער־יאָרן מיט די קלאַסישע פֿראַנצויזישע עלעמענטן. די פּרײַזן זענען אויך צוטריטלעך. דערצו, האָט צימערמאַן דערקלערט, אַז ער לייגט אַרײַן „זײַן גאַנץ האַרץ‟ אין דער קעכערײַ. אַנשטאָט צו פֿאָלגן די קולינאַרישע ביכער, איז ער כּסדר מחדש נײַע געשמאַקע רעצעפּטן. וואָס זשע פֿעלט אים, אויב אַזוי?
צימערמאַן איז דערצויגן געוואָרן אין די ייִדישע פֿאָרשטעט צום צפֿון פֿון טאָראָנטאָ, בײַ אַ ישׂראלדיקער מאַמע און אַן עסטרײַכישן טאַטן. ביידע זײַנע עלטערן האָבן זיך באַזעצט אין קאַנאַדע נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה. פֿון זײַנע באָבע־זיידעס און זײַן אונגערישער עלטער־באָבע, וועלכע האָט נישט געקענט קיין ענגליש, האָט ער אויסגעלערנט די סודות פֿון דער עכטער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער קולינאַריע. להיפּוך, איז זײַן מאַמע אויפֿגעוואַקסן אין ישׂראל אין אַ וועגעטאַרישער סבֿיבֿה. בײַ איר האָט ער זיך אויסגעלערנט, ווי אַזוי מע קאָן זיך באַגיין אָן פֿלייש. נאָכן פֿאַרענדיקן די קולינאַרישע קלאַסן אין אַן אָרטיקן קאָלעדזש, האָט ער שטודירט די חכמה פֿון קעכערײַ אין איטאַליע, און איז אַרומגעפֿאָרן 20 לענדער במשך פֿון איין יאָר.
מיט צוויי יאָר צוריק, נאָך אַ ממשותדיקער דערפֿאַרונג אין אַ צאָל אַנדערע רעסטאָראַנען, האָט צימערמאַן באַשלאָסן צו עפֿענען אַן אייגן אָרט און האָט עס אָנגערופֿן „עסן‟, כּדי זײַן רעסטאָראַן זאָל טראָגן אַ בפֿירוש ייִדישן טעם. בעת זײַן אַרבעט אינעם פּאָרטוגאַלישן רעסטאָראַן „קווינטאַ‟, איז ער געווען צוגעוווינט צו בפֿירוש ניט־ייִדישלעכע מאכלים, פֿול מיט חזיר־פֿלייש און שרצים. די עצם־חכמה פֿונעם קאָכן, ווי ער דערקלערט, בלײַבט אָבער די זעלביקע. מיט דער הילף פֿון זײַן משפּחה, האָט ער געעפֿנט אַן אייגן געשעפֿט.
די איינציקע פּראָבלעם איז די נידעריקע פּאָפּולאַריטעט. איצט טראַכט ער, אַז אפֿשר וואָלט געווען כּדאַי אײַנצופֿירן די אַזיאַטישע מאכלים. אין טאָראָנטאָ זענען פֿאַראַן גענוג אַנדערע אַלעמאָל געפּאַקטע רעסטאָראַנען מיט אַ ייִדישן טעם, דעריבער בלײַבט אַ סוד, פֿאַרוואָס דעם בעל־הבית גיט זיך דערווײַל נישט אײַן צו רעקלאַמירן זײַן אונטערנעמונג ווי געהעריק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.