אין סיאַטל ווערט געשאַפֿן די גרעסטע ביבליאָטעק פֿון ביכער, בריוו און אַנדערע מאַטעריאַלן אויף לאַדינאָ — די טראַדיציאָנעלע שפּראַך פֿון די שפּאַניש־אָפּשטאַמיקע ספֿרדישע ייִדן. די וואָך, האָט די צײַטונג „סיאַטל־טײַמס‟ פֿאַרעפֿנטלעכט נינאַ שאַפּיראָס אַרטיקל וועגן דעם דאָזיקן פּראָיעקט. אין פֿעברואַר, האָט אונדזער צײַטונג שוין פּובליקירט יואל מאַטוועיעווס אַרטיקל וועגן לאַדינאָ, וווּ עס ווערט דערציילט וועגן דעם דאָזיקן פּראָיעקט און זײַן ראָש, פּראָפֿ׳ דעווין נער.
לכתּחילה, האָט נער אָנגעהויבן אַרבעטן אינעם אוניווערסיטעט פֿונעם שטאַט וואַשינגטאָן אין סיאַטל ווי אַ לערער פֿון מאָדערנער ייִדישער געשיכטע. ווען די אָרטיקע גאַנץ גרויסע לאַדינאָ־רעדנדיקע קהילה איז געוווירן געוואָרן, אַז דער יונגער פּראָפֿעסאָר קען די שפּראַך, האָבן זיך אַ סך ייִדן געווענדט צו אים מיט אַלטע ביכער און אַנדערע דאָקומענטן, אָנגעשריבן אויפֿן דאָזיקן לשון, וואָס שטאַמט פֿונעם אַלטן קאַסטיליאַנער שפּאַניש, וועלכן די פֿאַרטריבענע ספֿרדים האָבן אָפּגעהיט אין טערקײַ, גריכנלאַנד, בולגאַריע און אַנדערע לענדער, וווּ זיי האָבן זיך באַזעצט נאָכן גירוש־ספֿרד.
נער האָט איבערגעגעבן אין זײַן שמועס מיט שאַפּיראָ, אַז אין קיין אַמעריקאַנער אוניווערסיטעט, אויף וויפֿל ער ווייסט, לערנט מען נישט צו לייענען לאַדינאָ אין דער טראַדיציאָנעלער טראַנסקריפּציע, פֿאַרשריבן מיט די ייִדישע אותיות. דער ייִדישער אַלף־בית אין אַ סך ספֿרדישע האַנטשריפֿטן זעט אויס גאַנץ אייגנאַרטיק, אַ ביסל ענלעך צו אַראַביש, דערפֿאַר שטעלט ער מיט זיך פֿאָר אַ רעטעניש אַפֿילו פֿאַר אַ יודע־ספֿר. דער פּראָפֿעסאָר האָט אַליין אויסגעלערנט דעם דאָזיקן אָריגינעלן סטיל, ווען ער האָט געפּרוּווט צו פֿאַרשטיין די אַלטע בריוו פֿון זײַן עלטערפֿעטער.
צוליב זײַנע פֿעיִקייטן, האָבן די סיאַטלער ספֿרדים אָנגעהויבן בעטן נער אַרײַנצוקוקן אין זייער משפּחה־ירושה: די אַלטע צוואָות, בריוו, כּתובֿות אָדער פֿאָטאָגראַפֿיעס מיט אויפֿשריפֿטן אויף לאַדינאָ. אַוודאי, האָבן זיי אויך געבראַכט אַ סך ביכער. אַ באַזונדער גרויסע ביכער־זאַמלונג האָט דער יונגער פּראָפֿעסאָר אַנטדעקט אינעם קעלער פֿון דער שיל בײַם ספֿרדישן ביקור־חולים אין סיואַרד־פּאַרק.
ווי אַ רעזולטאַט, האָט זיך געשאַפֿן אַ גרויסע ביבליאָטעק. נער האָט שוין געזאַמלט איבער 700 ביכער און הונדערטער אַנדערע דאָקומענטן. די לאַדינאָ־ביבליאָטעק אינעם ניו־יאָרקער ישיבֿה־אוניווערסיטעט בלײַבט דערווײַל די גרעסטע אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אָבער נערס קאָלעקציע האַלט אין איין וואַקסן און אַנטהאַלט אַ סך זעלטענע אוניקאַלע טעקסטן, פֿון גאָר ערנסטע ספֿרים ביז אַזעלכע טשיקאַוועסן, ווי אַן אינסטרוקציע, וואָס דערקלערט די ספֿרדישע אימיגראַנטן, ווי אַזוי מע עסט דעם אַמעריקאַנער אײַזקרעם.
סיאַטל, וווּ נישט ווייניק ספֿרדים רעדן נאָך אַלץ טאָג־טעגלעך אויף לאַדינאָ, איז אַ נאַטירלעך אָרט פֿאַר אַזאַ פּראָיעקט. בשותּפֿות מיט זײַנע קאָלעגן, קלײַבט זיך נער צו שאַפֿן די ערשטע אינטערנעץ־ביבליאָטעק פֿון לאַדינאָ אין דער וועלט און אַ מוזיי פֿון דער שפּראַך. דער 32־יאָריקער פּראָפֿעסאָר ווערט באַקאַנט ווי אַ וועלט־באַרימטער עקספּערט אינעם דאָזיקן געביט. נישט לאַנג צוריק האָט ער זיך אומגעקערט פֿון אַ קאָנפֿערענץ אין פֿראַנקרײַך, בעת וועלכער די לאַדינאָ־רעדער פֿון אַרום דער וועלט האָבן אויסגעהערט זײַן לעקציע וועגן די סיאַטלער ספֿרדים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.