לעצטנס, זענען אויף דער פֿרומער ייִדישער גאַס פֿאָרגעקומען אַ צאָל שרעקלעכע געשעענישן. דעם 30סטן יולי, איז אַ פֿרומער מאַן מיט אַ לאַנגער באָרד און פּאות אָנגעפֿאַלן מיט אַ מעסער אויף די באַטייליקטע אינעם ירושלימער „שטאָלץ־פּאַראַד‟ פֿון האָמאָסעקסואַלן און פֿאַרוווּנדעט זעקס מענטשן, אַרײַנגערעכנט די 16־יאָריקע שירה בנקי, וועלכער איז געשטאָרבן מיט דרײַ טעג שפּעטער אין שפּיטאָל. דער פֿאַרברעכער, וועלכער האַלט זיך פֿאַר אַ „שליח פֿון גאָט‟ איז אויך אַרײַן אין שפּיטאָל — פֿאַר פּסיכיש־קראַנקע.
ווען דער Forward האָט פֿאַרעפֿנטלעכט נעמי זעוועלאָפֿס אַרטיקל וועגן דעם דאָזיקן שוידערלעכן פֿאַרברעכנס, האָט איינער אַ פֿרומער קאָמענטאַטאָר זיך תּיכף אָפּגערופֿן און מיט גראָבע קללות געמאָלדן, אַז „ווען משיח וועט קומען, וועט מען די משכּבֿ־זכרניקעס און אַ סך אַנדערע פֿאַרברעכער פֿון דעם סאָרט פֿאַרניכטן‟. אין דער זעלבער צײַט, האָט מײַן באַקאַנטע, וועלכע האָט זיך אַליין אַקטיוו באַטייליקט אינעם פּאַראַד און דערזען מיט די אייגענע אויגן, ווי דער צעיושעוועטער אָנפֿאַלער דערשטעכט דאָס מיידל אויף טויט, באַמערקט, אַז פֿאַר איר האָט אַזאַ אונטערנעמונג אַ משיחישן טעם. מײַן באַקאַנטע איז אַ שומרת־תּורה־ומיצוות, אָבער וואָס שייך איר סעקסועלערער אָריענטאַציע לעבט זי צוזאַמען מיט איר געליבטער.
דעם 31סטן יולי, האָט עמעצער אַרײַנגעוואָרפֿן אַ פֿײַער־פֿלאַש אין אַ פּאַלעסטינער הויז אויפֿן מערבֿ־ברעג. אַ קליין עופֿעלע, אַלי דאַוואַבשע, איז פֿאַרברענט געוואָרן אויף טויט, און זײַן טאַטע איז געשטאָרבן אין אַ וואָך אַרום פֿון שווערע ברי־וווּנדן. די שווער אָפּגעבריטע מאַמע פֿונעם קינד בלײַבט אין אַ קריטישן מצבֿ. די פֿאַרברעכער — לויט אַלע סימנים, עקסטרעם־רעכטע ייִדישע ייִשובֿניקעס האָבן איבערגעלאָזט אויפֿן פֿאַרברענטן הויז די אויפֿשריפֿט „יחי המלך המשיח‟. די דאָזיקע ספּעציפֿישע פֿראַזע איז פֿאַרבונדן מיט די ליובאַוויטשער משיחיסטן, וועלכע גלייבן, אַז זייער פֿאַרשטאָרבענער רבי לעבט נאָך און וועט זיך אומקערן ווי משיח־צדקנו. ס׳זעט אויס, אַז די פֿאַרברעכער האָבן אָפּגעטײַטש זייער משיחישע אמונה ווי אַ תּירוץ פֿאַר שרעקלעכער רציחה.
מיט צוויי וואָכן פֿאַרן דאָזיקן שוידערלעכן פֿאַרברעכן, האָט דער באַקאַנטער רעזשיסאָר און לינקער דענקער אודי אַלוני דורכגעפֿירט אין דײַטשלאַנד די פּרעמיערע פֿון זײַן נײַעם פֿילם „אַנטי־עדיפּ: קדיש נאָך שולמית‟, געווידמעט זײַן באַרימטער מאַמען, שולמית אַלוני, וועלכע איז ניפֿטר געוואָרן מיט אַ יאָר צוריק. דער רעזשיסאָר האָט אויסגעאַרבעט אַ גאַנצע שיטה פֿון „ראַדיקאַל־לינקן משיחיזם‟ און באַטראַכט סאָלידאַריטעט צווישן ייִדן און אַראַבער ווי אַ משיחישע טעטיקייט. זײַענדיק אַ וועלטלעכער ייִד, באַציט ער זיך מיט דרך־ארץ צו אַנטי־ציוניסטישע חסידישע גרופּעס, וועלכע שילדערן די משיחישע גאולה אויך אויף אַן אַלמענטשלעכן אופֿן.
עס באַקומט זיך, אַז בײַ פֿאַרשיידענע ייִדן ווערט ביאת־המשיח אַסאָציִיִרט מיט אינגאַנצן היפּוכדיקע ענינים. פֿונדעסטוועגן, שטעקט אין אַלע וואַריאַנטן פֿון משיחישע שטימונגען, צום גוטן צי צום שלעכטן, אַ היפּשע מאָס ראַדיקאַליזם. אויב אַפֿילו משיחס צײַטן זענען נאָך נישט געקומען, איז די עצם־אמונה אין „ליכטיקער צוקונפֿט‟ בעצם אַ רעוואָלוציאָנערע און, אַזוי ווי אַ סך אַנדערע רעוואָלוציאָנערע געדאַנקען, קאָן עס ברענגען אַ מענטשן אי צו די העכסטע שפּיצן פֿון אידעאַליזם און אַלטרויִזם, איז אַראָפּצושלעפּן אים אין דער סאַמע בלאָטע פֿון סכּנותדיקע מאַניאַקאַלע אַמביציעס.
אַזוי צי אַזוי, איז כּדאַי זיך צו דערמאָנען, אַז בײַ ייִדן איז פֿאַראַן זייער אַ רײַכער אוצר פֿון משיחישע געדאַנקען, וואָס לאָזן זיך אָפּגעטײַטשט צו ווערן אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים. איין וויכטיקע סיבה פֿון חילוקי־דעות אַרום דעם דאָזיקן ענין שטאַמט פֿונעם באַקאַנטן תּלמודישן מחלוקת, צי די בוכשטעבלעכע הלכה וועט בלײַבן די זעלבע, אָדער זי וועט באַזײַטיקט ווערן מיט ריין גײַסטיקע ענינים.
דער רמב״ם האָט געהאַלטן, אַז משיח וועט צווינגען אַלע ייִדן מקיים צו זײַן אַלע מיצוות פֿון דער תּורה אין דער הײַנטיקער פֿאָרעם, און דערצו מאַכן זיכער, אַז אַלע פֿעלקער היטן אָפּ די זיבן מיצוות פֿון בני־נח, דעריבער שילדערט ער משיחן ווי אַ געוויינטלעכן בשׂר־ודם, אַ מין ייִדישן טימור טאַמערלאַן, וועלכער וועט דורכפֿירן זײַן מיסיע מיט אַ שווערד. אין דער זעלבער צײַט, באַטאָנט דער רמב״ם, אַז, סוף־כּל־סוף, וועט אין דער משיחישער גאולה־וועלט הערשן אַ געטלעכע אוטאָפּיע און האַרמאָניע, און אַז משיח מוז זײַן אַ גרויסער נבֿיא און אַ בעל־מופֿת.
דער רמב״מס צוגאַנג איז צום מערסטן באַקאַנט. אַ סך אַנדערע גרויסע ייִדישע חכמים האַלטן אָבער, אַז אין משיחס צײַטן וועלן מען אַנשטאָט די בוכשטעבלעכע הלכות אַנטפּלעקט ווערן טיפֿע סודות־התּורה. אַ סך חסידישע צדיקים שילדערן די משיחישע צײַטן ווי אַן אַלמענטשלעכע האַרמאָניע, ווען אַלע גרענעצן צווישן מענטשן און פֿעלקער, אַלע היעראַרכיעס און פֿיקסירטע נאָרמעס וועלן בטל ווערן. געוויסע באַקאַנטע ספֿרי־חסידות גייען נאָך ווײַטער און באַטאָנען, אַז אין געוויסע סיטואַציעס, בײַ געוויסע יחידים אָדער אין געוויסע מאָמענטן רײַסט זיך שוין אַרײַן דער משיחישער רעוואָלוציאָנערער גײַסט. באַזונדערס באַקאַנט איז דער ספֿר „מי־השילוח‟ פֿונעם איזשביצער רבין, מרדכי־יוסף ליינער, וווּ די דאָזיקע טעמע ווערט כּסדר דערמאָנט. דער מחבר פֿאַרטיידיקט סיסטעמאַטיש די זינד פֿון פֿאַרשיידענע תּנ״כישע פּערסאָנאַזשן און באַטאָנט, אַז דאָס גאַנצע משיחישע מלכות־בית־דוד ווערט געבויט אויף היפּוכדיקע מעשׂים, וואָס אויפֿן אויבערפֿלעכלעכן בליק זעען אויס ווי עבֿירות.
אויב אַזוי, קאָן מען זאָגן, אַז דער ירושלימער מעסער־שטעכער האָט אויף אַן עקסטרעם בוכשטעבלעכן אופֿן אויפֿגענומען דעם רמב״מס ראַציאָנעלן און הלכהדיקן צוגאַנג צו ביאת־המשיח און האָט נישט געקאָנט משׂיג זײַן, אַז בײַ די לעסביאָנקעס, וואָס זענען אַרויסגעגאַנגען אויף די גאַסן פֿון ירושלים, קאָן אין די הערצער ברענען די בענקשאַפֿט נאָך דער צוקונפֿטיקער משיחישער אוטאָפּיע.
אַזאַ געדאַנקען־גאַנג קאָן, אַוודאַי, שאָקירן די הײַנטיקע חרדים. וואָס קאָן מען אָבער טאָן, אַז אינעם קלאַסישן חסידישן ספֿר „מאור ושמש‟ שטייט בפֿירוש געשריבן, אַז אין משיחס צײַטן ווערן בטל ווערן אַלע גרענעצן צווישן די מענטשן, אַרײַנגערעכנט דעם אונטערשייד צווישן מענער און פֿרויען. דער איזשביצער רבי, הרבֿ שמואל אַלכּסנדראָוו און אַנדערע חסידישע דענקער האָבן בפֿירוש געזאָגט, אַז געוויסע מענטשן קאָנען זיך מער נישט אײַנהאַלטן אין די גרענעצן פֿון הלכה, ווײַל זיי שפּירן שוין די טריט פֿון דער קומענדיקער משיחישער פֿרײַהייט.
אויב מע טראַכט זיך אַרײַן אינעם ספֿר „אור יצחק‟ פֿונעם ראַדווילער רבין, וווּ משיחס צײַטן ווערן געשילדערט אויך מחוץ די גרענעצן פֿון דער הײַנטיקער הלכה, קאָן מען גרינג מסכּים זײַן מיט אודי אַלוניס מין משיחיזם. הגם דער דאָזיקער צדיק דערלויבט נישט בשום־אופֿן צו ברעכן די הלכה אין דער הײַנטיקער תּקופֿה, שרײַבט ער בפֿירוש, אַז אין משיחס צײַטן וועט מען מער נישט ברענגען קיין גשמיותדיקע קרבנות און לאַוו־דווקא וועט מען דאַרפֿן בכלל אַ נײַעם בית־המיקדש. די נשמה פֿון יעדן מענטש וועט ווערן אַ „דירה‟ פֿאַרן אייבערשטן.
די משיחישע דעפֿיניציעס פֿון ארץ־ישׂראל טראָגן אין געוויסע ספֿרים מיט אַ משיחישן טעם גאָר אַ מיסטישן כאַראַקטער. למשל, אינעם באַקאַנטן קבלה־ספֿר „גליא רזא‟ שטייט געשריבן, אַז אין דער משיחישער תּקופֿה וועט דאָס הייליקע לאַנד מיט זיך פֿאָרשטעלן אַן אינדזל 400 אויף 400 פּרסאות (בערך 1000 אויף 1000 מײַל), וואָס שווימט אין עפּעס אַ מיסטישן אָקעאַן. אין אַ צאָל באַקאַנטע אַפּאָקאַליפּטישע מדרשים ווערן געבראַכט ריזיקע אַסטראָנאָמישע ציפֿערן, לויט וועלכע ס׳באַקומט זיך, אַז דער צוקונפֿטיקער הימלישער ירושלים וועט זײַן גרעסער, ווי דער גאַנצער פּלאַנעט.
אויב אַזוי, פֿאַרוואָס זשע זאָרגן זיך געוויסע משיחיסטן פֿונעם „רמב״מישן‟ שניט וועגן דעם מעטשעט, וואָס שטייט אויפֿן אָרט פֿונעם אַמאָליקן בית־המיקדש. גיי ווייס, וווּ דער נײַער בית־המיקדש וועט שטיין, צי דאָס וועט זײַן בכלל אַ גשמיותדיקער אָביעקט, און צי די הײַנטיקע באַגריפֿן וועלן בכלל בלײַבן אַקטועל אין דער משיחישער תּורה.
דער ווילעדניקער רבי שרײַבט אין זײַן ספֿר „שארית־ישׂראל‟, אַז ווען ייִדן טײַטשן דבֿרי־תּורה אויף ייִדיש, ווערן אויפֿן הימל צונויפֿגעשטעלט די אבֿרים פֿון משיח־צדקנו. צוליב דעם, איז דער דאָזיקער ספֿר באַקאַנט ווי אַ מוסטער פֿון חסידישן „גײַסטיקן ייִדישיזם‟. אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, וואַרפֿט זיך אָבער אין די אויגן אַן אַנדער מאָמענט: עס קומט אויס, אַז משיח געפֿינט זיך אויפֿן הימל און שיידט זיך שטאַרק אונטער פֿון אַ געוויינטלעכן בשׂר־ודם. דער דאָזיקער מאָטיוו איז גוט באַקאַנט; לויט אַ ריי מדרשים, איז משיח געבוירן געוואָרן, ווען דער בית־המיקדש איז צעשטערט געוואָרן; דער אייבערשטער האָט אים אָבער אַרויפֿגעבראַכט לעבעדיקערהייט אין גן־עדן, ווי אליהו־הנבֿיא — אַן אַנדער פּערסאָנאַזש, וועלכער ווערט באַטראַכט ווי אַן אומגעוויינטלעכע צווישן־באַשעפֿעניש, אַ מענטש אַ מלאך.
אַ סך הײַנטצײַטיקער ייִדן טײַטשן אָפּ ביאת־המשיח ווי אַ סימבאָל פֿונעם אַלגעמיינעם מענטשלעכן פּראָגרעס און זענען נישט צופֿרידן מיטן טראַדיציאָנעלן אימאַזש פֿון אַ בוכשטעבלעכן מלך. אין די קלאַסישע חסידישע ספֿרים טרעפֿט זיך אַן ענלעכער מאָטיוו. רבי נחמן בראַצלעווער האָט באַטאָנט, אַז משיח ווי אַ יחיד וועט ער דערוועקן דעם קאָלעקטיוון משיחישן גײַסט אין דער נשמה פֿון יעדן מענטש. דער ראָפּשיצער רבי, אַן אַנדער באַרימטער צדיק, דערקלערט אין זײַן קלאַסישן ספֿר „זרע־קודש‟, אַז משה רבינו אַליין וועט זיך אומקערן ווי אַ מין „קאָלעקטיווער משיח‟, דאָס פּינטעלע ייִד פֿונעם גאַנצן עם־ישׂראל. הגם ער רוקט אַוודאי נישט אָפּ דאָס טראַדיציאָנעלע געשטאַלט פֿונעם מלך־המשיח, שטעלט דער ראָפּשיצער רבי דעם אַקצענט אויף דעם משיחישן גײַסט אין יעדן ייִד.
אין דער ברייטער פּרעסע, ווערן די באַהאַנדלונגען וועגן די משיחישע שטימונגען בײַ ייִדן אַסאָציִיִרט, געוויינטלעך, מיט סתּירותדיקע ענינים: אָדער מיט די בלוטיקע אָפּטוען פֿון עקסטרעם־רעכטע; אָדער מיט דער ליובאַוויטשער כּמו־מיסיאָנערישער טעטיקייט; אָדער מיט די עכטע מיסיאָנערן, די קריסטלעכע, וועלכע רופֿן זיך אָן „משיחישע ייִדן‟. דאָס מיינט חלילה נישט, אַז דער משיחישער אָדער אַפּאָקאַליפּטישער געדאַנקען־גאַנג איז אַן אַלטפֿרענקישע „נאַרישקייט‟. אַדרבה, די הײַנטיקע געזעלשאַפֿט נייטיקט זיך אין אַ געזונטער דאָזע פֿון „ווילדע‟ משיחישע ווינטן. ס׳איז כּדאַי זיך בעסער צו באַקענען מיטן רײַכן אוצר פֿון דער ייִדישער משיחישער טראַדיציע, פֿול מיט אוניווערסאַלע, אַלמענטשלעכע און רעוואָלוציאָנערע אידעען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.