(די 2 טע זײַט פֿון 2)
עפּעס ענלעכס קומט פֿאָר אין דער פּרעסע און טעלעוויזיע, כאָטש אין אוקראַיִנע איז דער מצבֿ, דאַכט זיך, בעסער — אַזוי זאָגט מען, יעדנפֿאַלס. אָבער ווען איך קוק אַרײַן אין דער פּרעסע פֿון ביידע צדדים, שאַפֿן זיך צוויי לחלוטין פֿאַרשיידענע בילדער פֿון די געשעענישן. ווען מע לייענט די רוסישע קוואַלן, באַקומט זיך, אַז די אוקראַיִנער הייבן אָן אַלע מאָל די ערשטע צו שיסן; פּונקט פֿאַרקערט זעט עס אויס אין דער פּרעסע פֿון אוקראַיִנע. אַזאַ שוואַרץ־און־ווײַס בילד איז כאַראַקטעריש ניט נאָר ווען די רייד גייט וועגן שיסערײַ.
זייער שטאַרק איז געפֿאַלן די פּאָפּולערקייט פֿון דעם אוקראַיִנישן פּרעזידענט פּעטראָ פּאָראָשענקאָ. אין משך פֿונעם יאָר, זינט ער איז אויסגעוויילט געוואָרן (אין יוני 2014), האָט ער — ווי עס ווײַזן די אויספֿרעגן — פֿאַרלוירן אַ העלפֿט פֿון זײַנע שטיצער. אויף פּאַפּיר בלײַבן ס’רובֿ זאַכן, וועלכע ער האָט געהאַט צוגעזאָגט. זייער שאַרף האָט וועגן פּאָראָשענקאָ זיך אַרויסגעזאָגט דער כּלל־טוער און פּסיכיאַטער סעמיאָן גלוזמאַן, אַ באַקאַנטע פֿיגור אין אוקראַיִנע און אין דער וועלט.
אָנהייב 1970ער יאָרן, האָט גלוזמאַן געשפּילט אַ צענטראַלע ראָלע אינעם אַנטפּלעקן די סאָוועטישע סיסטעם פֿון באַשולדיקן פּאָליטישע דיסידענטן ווי פּסיכיש־קראַנקע מענטשן און פֿאַרשפּאַרן זיי אין משוגעים־הײַזער. פֿאַר זײַן טעטיקייט האָט מען אים אַרעסטירט און פֿאַרמישפּט צו זיבן יאָר לאַגערן און דרײַ יאָר פֿאַרשיקונג. גלוזמאַן איז אַ מיטגליד פֿון אַ צאָל אינטערנאַציאָנאַלע אָרגאַניזאַציעס, קאָמיטעטן וכ’. הקיצור, צו זײַן מיינונג הערט מען זיך צו.
אין זײַן אָפֿענעם בריוו צום פּרעזידענט, פֿאַרעפֿנטלעכט דעם 26סטן יוני, מאָלט ער אַן אַפּאָקאַליפּטיש בילד. ער וואָרנט פּאָראָשענקאָ און אַנדערע מענטשן פֿון דער איצטיקער רעגירונג, אַז זיי וועלן מוזן אָנטלויפֿן פֿון לאַנד, ווײַל אויף זייער אָרט קענען קומען ראַדיקאַלע, ממש פֿאַשיסטישע פֿירער. ער האָט אויך אונטערגעשטראָכן, אַז ניט וולאַדימיר פּוטין וועט זײַן שולדיק אין אַזאַ טראַגישן סוף, נאָר די אומפֿעיִקייט פֿון דער איצטיקער רעגירונג דורכצופֿירן אין לעבן די נייטיקע רעפֿאָרמען.
אינטערעסאַנט, אַז עפּעס אַזוינס הערט מען גאַנץ אָפֿט אויך אין רוסלאַנד — אַז פּוטין איז נאָך אַ וווילער יאַט, אין פֿאַרגלײַך מיט די גאָר געפֿערלעכע מענטשן, וועלכע קענען אים פֿאַרבײַטן. אין אַ פּאָר וואָכן אַרום קלײַב איך זיך פֿאָרן אויף עטלעכע טעג קיין מאָסקווע און פּעטערבורג. צי הייסט עס, אַז איך מוז בעטן גאָט ער זאָל פֿאַרשפּאַרן פּוטינען אין קרעמל ביז אָנהייב סעפּטעמבער, ווען איך וועל פֿון דאָרטן, מירטשעם, אַוועקפֿאָרן?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.