וואַשינגטאָן. — איינער פֿון בערני סאַנדערס׳ נאָענטסטע חבֿרים איז אַ ציוניסט, וואָס לערנט קלאַסן אין ייִדישער פֿילאָסאָפֿיע, און אַ צווייטער איז אַ ליטעראַטור־פּראָפֿעסאָר און אָנהענגער פֿונעם פּאָעט, יהודה עמיחי. ער אַליין האָט יונגערהייט פֿאַרבראַכט עטלעכע חדשים אין אַ ישׂראלדיקן קיבוץ.
דאָך, קען דער ייִדישער דעמאָקראַטישער פּרעזידענט־קאַנדידאַט נישט אַנטלויפֿן פֿון דער אייביקער פֿראַגע: וואָס איז זײַן צוגאַנג צו דער הײַנטיקער מדינת־ישׂראל? — בפֿרט איצט, אַז ער געפֿינט זיך, לויט געוויסע אַנקעטעס, אין אַ העכערער פּאָזיציע ווי הילאַרי ראָדהאַם קלינטאָן אין ניו־האַמפּשיר — דער ערשטער שטאַט, וווּ מע וועט האַלטן די נאָמיניר־וואַלן.
אין יוני איז סאַנדערס אויפֿגעבראַכט געוואָרן, ווען דײַאַן רעם, אַ מאָדעראַטאָרין פֿון אַ שמועס־פּראָגראַם אויף NPR, האָט ציטירט אַן אַנטיסעמיטישן קאָמענטאַר, וואָס צירקולירט די טעג אויף דער אינטערנעץ, אַז סאַנדערס האָט אַ טאָפּלטע אַמעריקאַנער־ישׁראלדיקע בירגערשאַפֿט.
„ניין, איך האָב נישט קיין טאָפּלטע בירגערשאַפֿט מיט ישׂראל,‟ האָט סאַנדערס געענטפֿערט. „איך בין אַן אַמעריקאַנער. איך ווייס בכלל נישט, פֿון וואַנען עס נעמט זיך די פֿראַגע. איך האָב באַזוכט ישׂראל עטלעכע מאָל אין לעבן, אָבער איך בין אַן אַמעריקאַנער בירגער, און שוין!‟
וואָס זשע איז טאַקע זײַן שטעלונג וועגן ישׂראל? אין אַן אינטערוויו מיטן לינק־געשטימטן אינטערנעץ־זשורנאַל Vox, דעם 28סטן יולי, האָט דער אינטערוויויִרער, עזרא קלײַן, געפֿרעגט סאַנדערס, צי ער איז אַ ציוניסט. האָט סאַנדערס געענטפֿערט: „וואָס מיינט איר מיטן וואָרט ׳ציוניסט׳? צי האַלט איך, אַז ישׂראל האָט רעכט צו עקזיסטירן? יאָ. צי האַלט איך, אַז די פֿאַראייניקטע שטאַטן זאָל באַהאַנדלען די פּאַלעסטינער אין ישׂראל פּונקט ווי די ייִדן אין ישׂראל? אַבסאָלוט יאָ.
„עס זענען דאָ געוויסע גליִיִקע ראַיאָנען אויף דער וועלט, און דער מיטעלער מיזרח איז איינער פֿון זיי,‟ האָט סאַנדערס באַטאָנט. „די פֿאַראייניקטע שטאַטן מוז מיטאַרבעטן מיט די אַנדערע לענדער צו קעמפֿן פֿאַר דער זיכערהייט און עקזיסטענץ פֿון ישׂראל, און גלײַכצײַטיק קעמפֿן פֿאַר אַ פּאַלעסטינער מלוכה, וווּ די בירגער קענען געניסן פֿון אַ לײַטישן לעבנס־סטאַנדאַרט. מײַן אמתע האָפֿענונג אויף דער צוקונפֿט איז, אַז אַנשטאָט אַרײַנצוגיסן אַזוי פֿיל מיליטערישע געלטער אין ישׂראל און עגיפּטן, זאָלן מיר שיקן געלט אַהין צו פֿאַרבעסערן דעם לעבן־סטאַנדאַרט פֿון די מענטשן, וואָס וווינען דאָרט.‟
אין אַ פֿאַרזאַמלונג מיט די וויילער אין קאַבאָט, ווערמאָנט, וואָס איז פֿאָרגעקומען בעת דעם קאָנפֿליקט אין עזה פֿאַראַיאָרן, האָט אַ מענטש אין זאַל געלויבט סאַנדערס פֿאַר נישט האָבן אונטערגעשריבן אַ רעזאָלוציע פֿונעם אַמעריקאַנער סענאַט, וואָס באַשולדיקט בלויז „כאַמאַס‟ אינעם קאָנפֿליקט. דער מענטש האָט געפֿרעגט סאַנדערס, אויב ער האָט בדעה צו גיין „נאָך ווײַטער‟.
„האָט ישׂראל רעאַגירט צו שטאַרק? האָבן זיי באָמבאַרדירט די ׳יו־ען׳־אײַנריכטונגען? דער ענטפֿער איז יאָ, און דאָס איז טאַקע געווען זייער אַ שלעכטע זאַך,‟ האָט סאַנדערס אים געענטפֿערט. „פֿון דער אַנדערער צײַט, שיסט ׳כאַמאַס׳ ראַקעטן אין ישׂראל, און מע שיסט זיי דווקא פֿון ערטער, וווּ עס געפֿינען זיך אַ סך אײַנוווינער; דאָס איז אַ פֿאַקט. דאָס געלט, וואָס קומט אַרײַן אין עזה לטובֿת די בוי־פּראָיעקטן ניצט ׳כאַמאַס׳ דווקא אויס צו בויען זייער סאָפֿיסטיקירטע טונעלן קיין ישׂראל פֿאַר מיליטערישע צוועקן.‟
עטלעכע מענטשן האָבן אים איבערגעריסן און אים אָנגעהויבן אויסזידלען.
„אַנטשולדיקט מיר, פֿאַרמאַכט דעם פּיסק, איר שטייט נישט בײַם מיקראָפֿאָן!‟ האָט סאַנדערס אויסגעשריגן. „איר האָט מיך געפֿרעגט אַ פֿראַגע, ענטפֿער איך אײַך. דאָס הייסט, בײַ אונדז דעמאָקראַטיע!‟
וואָס שייך דעם נוקלעאַרן אָפּמאַך מיט איראַן, האַלט סאַנדערס, אַז ס׳איז נישט אידעאַל, אָבער ער שטיצט עס סײַ־ווי. „מיר מוזן פֿירן פֿאַרהאַנדלונגען מיט איראַן, און אויב מיר וועלן נישט אָננעמען דעם אָפּמאַך, וואָס פֿאַר אַן אַנדער ברירה האָבן מיר? אַ מלחמה! צי ווילן מיר טאַקע נאָך אַ מלחמה, אַ מלחמה מיט איראַן? מיר דאַרפֿן טאָן אַלץ מעגלעכס צו געבן דעם שלום אַ שאַנס, צו פּרוּוון זען אויב דער אָפּמאַך טויג. און דערפֿאַר וועל איך דעם אָפּמאַך טאַקע שטיצן.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.