ראַנגלען מיט דאָנאַלד טראָמפּ

Wrestling Donald Trump

בײַ „ראַנגל־מאַניע 23‟ אין 2007: דאָנאַלד טראָמפּ גרייט זיך אָפּצוגאָלן דעם קאָפּ פֿון ווינס מעקמען, מיט דער הילף פֿון די ראַנגלער באַבי לאַשלי (רעכטס) און „שטיין־קאַלטער‟ סטיוו אָסטין, וואָס נעמט אַרום מעקמענס קאָפּ.
Getty Images
בײַ „ראַנגל־מאַניע 23‟ אין 2007: דאָנאַלד טראָמפּ גרייט זיך אָפּצוגאָלן דעם קאָפּ פֿון ווינס מעקמען, מיט דער הילף פֿון די ראַנגלער באַבי לאַשלי (רעכטס) און „שטיין־קאַלטער‟ סטיוו אָסטין, וואָס נעמט אַרום מעקמענס קאָפּ.

פֿון לייזער בורקאָ

Published August 20, 2015, issue of September 04, 2015.

גראָד איצט, ווען די נײַעס־פּראָגראַמען זײַנען איבערגעלאָדן מיט רעפּאָרטאַזשן וועגן דעם רעפּובליקאַנער פּרעזידענט־קאַנדידאַט און ביליאָנער דאָנאַלד טראָמפּ, סקאַנדאַלן פֿון טראָמפּ, אינטערוויוען מיט טראָמפּ, אַרטיקלען וועגן טראָמפּ, ווען עטלעכע אײַנפֿאַלערישע מעקסיקאַנער פֿאַרקויפֿן „פּיניאַטאַס‟ מיט טראָמפּס געשטאַלט (און זיי ווערן צעכאַפּט ווי מצה־וואַסער) — איז דעם לייענער אפֿשר שוין נימאס געוואָרן צו לייענען וועגן אים. פֿון דעסטוועגן, איז איצט אַ פּאַסיקע געלעגנהייט צו דערציילן מײַן אייגענע טראָמפּ־געשיכטע, איידער די גאַנצע טראָמפּ־מאַניע וועט זיך אײַנשטילן, אָדער פֿאַרקערט, די אַטמאָספֿער וועט ווערן נאָך מער צעהיצט, און ער וועט אָנהייבן אַ מלחמה מיט מעקסיקע אָדער ווער ווייסט וואָס. דערווײַל איז נאָך ניט געפֿערלעך און מע מעג דערציילן זכרונות פֿאַרבונדן מיט אים.

דאָנאַלד טראָמפּ איז, כּידוע, אַ גרויסער אָנהענגער פֿונעם אַמעריקאַנער „ספּאָרט‟ ראַנגלען — ווי מע קען זען פֿון זײַן אויפֿטריט בײַט „ראַנגל־מאַניע 23‟ אין יאָר 2007, ווען ער האָט אַפֿילו געגעבן אַ פּאָר (פֿאַלשע) קלעפּ דעם בעל־הבית פֿון דער ראַנגלערײַ־אָרגאַניזאַציע ווינס מעקמען:

איך שרײַב „ספּאָרט‟ אין גענדזן־פֿיסלעך, אָבער אין דער אמתן נעמט אַרײַן דער דאָזיקער מין אַמעריקאַנער טעאַטער אַ סך עלעמענטן פֿון אַקראָבאַטיק: שפּרינגען, קאָזשלקעס, פֿאַלן און ניט ווערן צעקאַליעטשעט אאַז״וו. דאָס איז גאָר ניט אַזוי גרינג צו פֿאַלשעווען ווי מע מיינט. דערצו דאַרף דער ראַנגלער זײַן אַ געניטער אַקטיאָר, כּדי צו שאַפֿן אַן עמאָציאָנעלע פֿאַרבינדונג מיטן עולם, ארויסצורופֿן זייער סימפּאַטיע אָדער אַנטיפּאַטיע, וואָס דאָס מאַכט דעם גאַנצן קאַמף דראַמאַטיש און אינטערעסאַנט.

אַזוי ווי עטלעכע קאָמענטאַטאָרן האָבן שוין אַרויסגעבראַכט, ווײַזט טראָמפּס איצטיקע פּאָליטישע קאָמפּאַניע, אַז ער האָט זיך היפּש אויסגעלערנט פֿונעם ראַנגלען. ער ווייסט גוט ווי אַזוי אָנצושרעקן זײַנע קעגנער, ווי צו באַליידיקן און דערלאַנגען אין דער זיבעטער ריפּ (מעטאַפֿאָריש, פֿאַרשטייט זיך); ווי זיך אָנצובלאָזן, ער זאָל אויסזען גרעסער ווי ער איז; ווי צו געבן אַ דריי און זיך פֿאַרדרייען, מע זאָל מיינען, אַז ער גייט רעכטס, ווען פֿאַקטיש גייט ער לינקס. ווי לאַנג ער וועט ווײַטער קענען שפּילן אַזוי, ווייסט איין גאָט, אָבער דערווײַל זעט אויס, ווי די רעפּובליקאַנער וויילער קענען ניט אונטערשיידן צווישן דער שפּיל און דער ווירקלעכקייט; און אין דער הײַנטיקער מעדיאַ־וועלט, איז אפֿשר טאַקע ניטאָ מער קיין אונטערשייד.

ווען איך זאָג צו מענטשן, אַז איך פּערזענלעך האָב זיך געראַנגלט מיט דאָנאַלד טראָמפּ, גלייבט מיר קיינער ניט. ס׳איז אָבער אמת ווי גאָלד, ווי טראָמפּ זאָגט: „גלייבט מיר!‟ ניט מיט דאָנאַלד טראָמפּ דעם ביליאָנער, וואָס קערט איצט איבער די וועלט, נאָר מיט זײַן ערשטן זון, וואָס הייסט אויך דאָנאַלד טראָמפּ — „דזשוניאָר‟ (דער ייִנגערער).

מײַן גאַנץ לעבן בין איך, געלויבט גאָט, אַן אָרעמאַן, הלוואַי ווײַטער נישט ערגער. אָבער קינדווײַז האָב איך זיך געלערנט, ווי אַ סטיפּענדיאַנט, אין אַ פּריוואַטער שול צוזאַמען מיט ייִנגלעך פֿון פֿאַרמעגלעכע משפּחות. איך בין אויך געווען אַ יאָר צײַט אויף דער ראַנגלען־מאַנשאַפֿט. דאָס גלייבט מען מיר אויך נישט, ווײַל איך בין אַ דאַרער, אָבער אינעם אמתן ספּאָרט פֿון ראַנגלען פֿאַרמעסט מען זיך בלויז קעגן מענטשן אין דער זעלביקער וואָג־קאַטעגאָריע.

אַזוי האָט זיך געמאַכט, אַז אונדזער מאַנשאַפֿט איז געקומען שפּילן קעגן דער מאַנשאַפֿט פֿון אַ צווייטער שול — „באָקלי‟ הייסט זי, וווּ עס האָבן זיך געלערנט ייִנגלעך פֿון משפּחות, וואָס זײַנען נאָך אַ סך רײַכער ווי אונדזערע. מיך האָט מען צונויפֿגעפּאָרט מיטן ייִנגל אין דער זעלביקער וואָג־קאַטעגאָריע — מיטן יונגן דאָנאַלד טראָמפּ. מסתּמא, זײַנען מיר ביידע דעמאָלט געווען פֿון אַ יאָר דרײַצן.

דער לייענער קען זיך פֿאָרשטעלן, אַז אויף מיר איז געלעגן אַ גרויסער דרוק. דאָנאַלד טראָמפּ, דער טאַטע, איז דעמאָלט שוין געווען אַ גרויסער נאָמען — מיר דאַכט זיך, אַז דאָס איז געווען אינעם זעלבן יאָר, ווען ער האָט זיך געגט מיטן ערשטן ווײַב, איוואַנאַ, און ס׳איז געווען אַ ריזיקער טומל וועגן דעם אין די אַלע טאַבלאָיִדן און אויף דער טעלעוויזיע. אין דער אמתן, איז געווען אַ רחמנות אויפֿן יונגן דאָנאַלד, וואָס די ביליקע זשורנאַלן האָבן זײַן נאָמען פֿאַרשמוצט און אים אויסגעשטעלט צו שפּאָט און געלעכטער מצד די אַרומיקע מענטשן — וואָס דאָס קען ניט זײַן גרינג פֿאַר אַ ייִנגל אין זײַן עלטער. איך האָב אויך געהאַט עפּעס אַ געפֿיל, ווי אין דעם פֿאַרמעסט קעגן אים פֿאַרטרעט איך אַלע אָרעמע און אונטערגעדריקטע מענטשן, אַלע גוטע, פֿרומע לײַט, אַזוי צו זאָגן, וואָס קעמפֿן קעגן דעם שׂונא, דעם קאַפּיטאַליזם.

דער יונגער דאָנאַלד איז געווען קלענער פֿון מיר, אָבער פֿעסט געבויט, אַ ביסל דיקלעך — און שטאַרק. עס קען אויך זײַן, אַז דער נאָמען טראָמפּ אַליין האָט געווירקט אויף מיר, מיך אָנגעשראָקן אַ ביסל. בכל־אופֿן, געדענק איך קלאָר, אַז ער האָט געוווּנען, מיך צוגעקוועטשט צו דער מאַטע, אַזוי אַז איך האָב זיך ניט געקענט אַרויסדרייען. די גאַנצע מעשׂה האָט געדויערט ניט לענגער ווי צוויי מינוט.

דערנאָך האָב איך זיך אַוודאי געפֿילט געוואַלדיק געפֿאַלן בײַ זיך, אַנטוישט און פֿאַרשעמט. דאַכט זיך, אַז ווי אַ מאַנשאַפֿט האָבן מיר בכלל פֿאַרשפּילט קעגן „באָקלי‟ — ווי געוויינטלעך. אָבער נאָכן פֿאַרמעסט איז דער יונגער דאָנאַלד צוגעקומען צו מיר, מיר געגעבן די האַנט, געזאָגט „יישר־כּח‟, און מיך געטרייסט אויף אַן איידעלן אופֿן. דער שיינער זשעסט איז מיר געקומען אין גאַנצן אומגעריכט און מיך באמת גערירט. איך האָב קיין מאָל ניט פֿאַרגעסן, אַז די מענטשן, וואָס מע מאָלט זיי אויס ווי שׂונאים, זײַנען עס אפֿשר ניט — אפֿשר זײַנען זיי פּשוט בעסערע ראַנגלער.