איך ווייס, אַז איך בין ווײַט ניט דער איינציקער, ווער עס הערט ניט אויף צו טראַכטן די טעג וועגן שלמה בערגער. ער האָט אין גאַנצן אַ פּאָר וואָכן ניט דערלעבט ביז זײַן 62סטן געבוירן־טאָג. דער עיקר, אָבער, אַז ער האָט ניט דערלעבט ביז דעם עלטער, וואָס מיר, בשׂר־ודמס, האַלטן פֿאַר אַ „נאָרמאַלן‟ אין אונדזער צײַט, ווען די מעדיצין טוט ממש נסים. אים איז עס, צום באַדויערן, ניט באַשערט געווען.
איך ווייס — ער האָט עס מיט אַ צײַט צוריק דערציילט מײַן ווײַב און מיר, אַז זײַן חלום איז געווען זיך אומצוקערן קיין ישׂראל, זיך באַזעצן אין „זײַן שטאָט‟, תּל־אָבֿיבֿ. אַזוי האָט אים אויסגעזען דאָס לעבן זײַנס נאָך פּענסיאָנירט צו ווערן פֿון זײַן אַרבעט ווי אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישע לימודים אין אַמסטערדאַם: www.uva.nl/over-de-uva/organisatie/medewerkers/content/b/e/s.z.berger/s.z.berger.html.
דער אַקאַדעמישער עולם, וואָס באַשעפֿטיקט זיך מיט ייִדיש, איז צעטיילט אויף לכל־הפּחות צוויי בראַנזשעס — די וואָס באַשעפֿטיקן זיך מיט דער מאָדערנער תּקופֿה, דאָס הייסט, מיט די לעצטע פּאָר יאָרהונדערט, און די וואָס שטודירן די געשעענישן און קולטור פֿון עלטערע צײַטן. שלמה — ער האָט, אַגבֿ, געוואָלט מע זאָל אים רופֿן „שלאָמאָ‟ און ניט „שלוימע‟ — איז געווען אַ מומחה, קודם־כּל, אין אַלטע צײַטן. אָבער ער האָט זיך געפֿילט גוט אויך צווישן די „מאָדערניסטן‟.
און מיט אים איז געווען גוט — וואַרעם און האַרציק — אַלעמען. איך האָב אים געהאַלטן פֿאַר אַן „אייגענעם‟, כאָטש מיר זײַנען אויסגעוואַקסן אין לחלוטין פֿאַרשיידענע סבֿיבֿות. אַ געבוירענער אין ישׂראל, האָט שלמה, פֿון דעסטוועגן, געטראָגן אין זיך אַ מין „מיזרח־אייראָפּעיִשקייט‟. ווי ער האָט דערציילט, פֿלעגט מען צו אים ניט איין מאָל זיך ווענדן אויף רוסיש — די שפּראַך, וואָס איז ניט געווען קיין טייל פֿון זײַן זייער רײַכן שפּראַך־רעפּערטואַר.
דאָס געביט פֿון ייִדיש איז מיט שלמהס אַוועקגיין אָרעמער געוואָרן סײַ פּראָפֿעסיאָנעל און סײַ מענטשלעך. זייער אַ סך פּלענער זײַנע בלײַבן איצט ניט רעאַליזירט. אייניקע זאַכן, וואָס ער האָט באַוויזן פֿאַרענדיקן, וועלן שוין אַרויסגיין אָן אים. למשל, זײַן קאַפּיטל וועט עפֿענען דעם באַנד וועגן ייִדישער קינדער־ליטעראַטור, וואָס ווערט איצט צוגעגרייט אין דעם אָקספֿאָרדער פֿאַרלאַג „לעגענדאַ‟. די רעדאַקטאָרן האָבן באַשלאָסן צו ווידמענען די אויסגאַבע שלמה בערגערן.
שלמה האָט איבערגעלאָזט נאָך זיך אַ ליכטיקן אָנדענק אין די מוחות און הערצער פֿון זייער אַ סך מענטשן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.