אינעם תּל־אָבֿיבֿער ביוראָ פֿון דער „נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור‟ האָט אויף מיר געוואַרט אַ גוטע בשׂורה — כ’בין זוכה געװען צו אַ שטיצע אױף צו פֿאַרעפֿענטלעכן מײַן נײַ בוך. און כאָטש מע זאָגט, אַז מע טאָר ניט צונױפֿמישן אַ שׂימחה מיט אַ שׂימחה, װיל איך זיך מודה זײַן, אַז דער שמועס מיט צװײ גאָר סימפּאַטישע פֿרױען, דער פֿאָרזיצערין פֿון דער „אינסטאַנץ‟, שׂרה זיוו און דער גענעראַל־דירעקטאָרין יהודית סולל, האָט מיר פֿאַרשאַפֿן ניט װײניקער פֿאַרגעניגן װי די גוטע בשׂורה אַליין.
דעם אמת געזאָגט, האָב איך געמײנט, אַז די „נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור‟, װי זאָל איך עס אײדל זאָגן, האָט זיך פֿון לאַנג אױפֿגעפֿרעסן פֿון אינעװײניק, װײַל גלײַך נאָך דעם, װי מיט צען יאָר צוריק האָבן זיך אָנגעהױבן די צעשפּאַלטונגס־מחלוקתן אין־און־אַרום דער „אינסטאַנץ‟, האָב איך אױפֿגעהערט זיך אינטערעסירן מיט דעם, װאָס עס קומט דאָרט פֿאָר. מײַנע אינטערעסן ליגן אױפֿן שטח פֿון דער ייִדישער קולטור — ניט אַרום אים. און װען די באַאַמטע הײבן אָן צו זוכן אַ יורידישן ענטפֿער אױף אַן אידיאָטישער פֿראַגע, „װער ביסטו בכלל?‟, פֿאָר איך איבער אין אַן אַנדער שטעטל — פֿרײַ פֿון די קלײנלעכע קיך־קריגערײַען און פֿול מיט דער גרױסער ייִדישער קונסט און ייִדישע טרױמען.
קינדװײַז האָט יעדעס קינד אַ טרױם — צו װערן עפּעס אַ וואַזשנער מענטש — אַן אַדװאָקאַט, אַ דאָקטער, אַן אַסטראָנאַװט, אַ פֿוסבאָל־שפּילער, אַ מאָדעלקע, אַ שױשפּילער, אַ פּרעזידענט… מילא, אַ קינד בלײַבט אַ קינד און אַ טרױם בלײַבט אַ טרױם, נאָר סײַ אַ קינד און סײַ אַ טרױם האָבן גרױסע אױגן. די צײַט גיט אַ לױף אַװעק און דער אײנציקער אונטערשײד צװישן צװײ אַבסטראַקטע זקנים באַשטײט אין דעם, װיפֿל מעות האָט באַװיזן אָפּשפּאָרן דער זקן זינט ער האָט זיך געזעגנט מיט די קינדער־טרױמען. אױב דער מענטש האָט פֿון קינװײַז אָן געהאַט רעאַליסטיש באַשטימטע דערציִערס, איז דאָס אַ מעלה, און אױב, חלילה, אױך די דערציִערס פֿונעם קינד זײַנען געװען לופֿט־מענטשן, טאָ דאַן קען מען שרײַבן: „פֿאַרפֿאַלן‟. אין בעסטן פֿאַל װעט דאָס קינד אױף דער עלטער זײַן אָפּהענגיק פֿונעם גוטן רצון פֿון אַ פּאָר אױסגעװײקטע און פֿאַרסאַפּעטע סאָציאַל־אַרבעטער, פֿאַר װעלכע דער נעבעכדיקער זקן װעט קײן מאָל ניט װערן קײן אײגענער.
יענע צײַטן, װען די מחלוקתן אין דער ייִדיש־װעלט זײַנען פֿאָרגעקומען צװישן די ייִדיש־שפּראַכיקע טוערס, זײַנען געבליבן אין דער פֿאַרגאַנגענהײט, און מיר, דער ערשטער נאָכמלחמהדיקער דור, זײַנען, צום באַדױערן, דער לעצטער דור װעלטלעכע ייִדן, װעלכער איז דערצױגן געװאָרן אין ייִדיש און אױף ייִדיש. דאָס הײסט, אַז זײער אַ קלײנער טײל פֿון אונדזערע קינדער און אײניקלעך װעלן אינטעגרירט װערן אין דער ייִדיש־װעלט, װוּ ייִדיש איז דערװײַל געבליבן די מוטערשפּראַך.
און אַזױ װי דער אינטערעס צו דער ייִדישער קולטור װערט ניט קלענער, דאַרף מען זײַן גרײט, אַז אַלץ מער גוטע ייִדן און ניט־ייִדן, פֿאַר װעלכע ס׳איז װיכטיק די צוקונפֿט פֿון דער ייִדישער קולטור, אָבער זײ אַלײן זײַנען קנאַפּע קענער פֿון ייִדיש, װעלן אין גיכן אָנפֿירן מיט די ייִדיש־אַנשטאַלטן סײַ אין אײראָפּע, סײַ אין אַמעריקע, און אַװדאי אין מדינת־ישׂראל.
די „נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור‟ (אין מדינת־ישׂראל) איז געגרינדעט געוואָרן אין 1996 לויטן באַשלוס פֿון דער כּנסת, וועלכע האָט דעמאָלט אָנגענומען דאָס געזעץ וועגן דער „נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור‟. איך בין געװען אױף יענער אױסגעקרענקטער זיצונג אין דער כּנסת, און איך געדענק װיפֿל האָפֿענונג און שעפֿערישע כּוחות האָט צוגעגעבן יענץ געזעץ דער ייִדיש־ייִדישער אינטעליגענץ אין מדינת־ישׂראל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.