נאָך אַ נסיעה אויפֿן ווינטיקן וועג איבער די שטילע בערגלעך פֿון טאָסקאַנע, קומט מען אָן צו אַן אײַזערנער טיר, פֿאַרפֿעסטיקט אויפֿן אָרט מיט אַ קלעפּיקער טאַשמע, אויף וועלכער עס שטייט אָנגעשריבן מיט די ייִדישע אותיות „דוד שלמה‟. כּמעט קיינער טאָר נישט אַראָפּנעמען די טאַשמע און עפֿענען די טיר, אַחוץ דעם פֿרומען פּערסאָנאַל פֿון דער כּשרער ווײַנערײַ. אַן אַנדער טיר איז געשטעמפּלט מיט אַ הכשר־צייכן.
מאַריִאַ פּעלעגריני, די בעל־הביתטע פֿון דער ווײַן־אונטערנעמונג, באַגריסט די געסט מיטן טאָסקאַנער ברויט, פּאָמידאָרן פֿון איר אייגענעם גאָרטן, און דעם כּשרן פּאַרמעזאַן־קעז. ווען זי האָט געוואָלט עפֿענען אַ ווײַן־פֿלאַש פֿון איר פֿירמע „טעראַ די סעטאַ‟, דעם „קלאַסישן קיאַנטי‟, אויסגעהאַלטן זינט 2010, האָט זי אָבער צוגערופֿן יוסי מעצגער — זײַן ייִדישן אַרבעטער מיט אַ יאַרמלקע, אַ קנאַפּער קענער פֿון ווײַנערײַ־חכמות.
פּעלעגריני האָט דערקלערט, אַז זי איז נישט קיין ייִדישע פֿרוי, דערווײַל טאָר זי נישט אָנרירן איר אייגענעם ווײַן. די בעל־הביתטע האָט דערקלערט, אַז ס׳איז „משוגע שווער‟ צו מאַכן דעם כּשרן ווײַן אין טאָסקאַנע. הגם אַ צאָל אָרטיקע ווײַנערײַען פֿאַרבעטן פֿון צײַט צו צײַט פֿרומע משגיחים, כּדי צו שאַפֿן אַ כּשרן וואַריאַנט פֿון זייערע פּראָדוקטן, בלײַבט „טעראַ די סעטאַ‟ די איינציקע אינגאַנצן כּשרע ווײַן־אונטערנעמונגן אינעם צענטראַל־איטאַליענישן ראַיאָן קיאַנטי.
די געגנט, פֿול מיט פּרעכטיקע לאַנדשאַפֿטן, וואָס דערמאָנען אין דער מאָלערײַ פֿון דער רענעסאַנס־תּקופֿה, איז באַרימט מיט אירע אייגנאַרטיקע סאָרטן רויטן ווײַן, וואָס ווערן פּראָדוצירט אין קיאַנטי במשך פֿון הונדערטער יאָר. צוזאַמען מיט איר מאַן, דאַניעלע דעלאַ סעטאַ, היט פּעלעגריני אָפּ די הויכע סטאַנדאַרטן פֿון דער קיאַנטי־טראַדיציע. יעדעס יאָר עקספּאָרטירן זיי פֿון 35,000 ביז 45,000 פֿלעשער קיין אַמעריקע, ישׂראל און אַנדערע לענדער. אַחוץ דעם ווײַן, פּראָדוצירט דאָס פּאָרפֿאָלק אויך איילבערט־אייל און אַן אָרטיקן סאָרט האָניק.
לויט דער טראַדיציע, טויגן בלויז די אָרטיקע סאָנדזשאָוועזע־טרויבן פֿאַרן קיאַנטי, וואָס מע מוז אויסהאַלטן צום ווייניקסטן במשך פֿון צוויי יאָר. בײַם סוף פֿונעם פּראָצעס, מוז אַ ספּעציעלער קאָמיטעט פֿאַרזוכן יעדע סעריע פֿון פּראָדוקציע און באַשליסן, אַז דער ווײַן האָט דעם עכטן טעם פֿונעם „קלאַסישן קיאַנטי‟. באַגלייט מיט אַן אוניקאַלן סעריע־נומער.
אויב עמעצער וויל שאַפֿן אַ כּשרע ווערסיע פֿון קיאַנטי, מיינט עס, אַז די בעלי־בתּים מוזן איבערגעבן דעם גאַנצן פּראָצעס אין די פֿרעמדע הענט פֿון פֿרומע ייִדן, וואָס זענען לאַוו־דווקא באַקאַנט מיט די נייטיקע חכמות. הגם דעלאַ סעטאַ איז אַ ייִד, איז ער נישט קיין שומר־שבת, דערווײַל קאָן ער זיך נישט באַטייליקן, לויט די שטרענגע סטאַנדאַרטן פֿון די משגיחים, וועלכע מוזן באַהאַנדלען אַלע שטאַפּלען פֿונעם פּראָצעס, פֿונעם מאָמענט, ווען די טרויבן קומען אַרײַן אין דער ווײַנערײַ, ביזן פֿאַרפּראָפּן די פֿלאַש מיטן קאָרעק.
צוערשט, איז געווען זייער שווער פֿאַר פּעלעגריני אָנצונעמען אַזאַ שטרענגן שטייגער. זי שטאַמט פֿון אַ משפּחה פֿון ווײַן־מאַכער און האָט אַלעמאָל געחלומט צו האָבן אַן אייגענע אונטערנעמונג. ווען דעלאַ סעטאַ, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון נעווראָלאָגיע, האָט באַקומען אַ שטעלע אינעם סיענע־אוניווערסיטעט, אינעם יאָר 2000, האָט דאָס פּאָרפֿאָלק געקויפֿט דאָס 400־יאָריקע שטיינערנע הויז, אַרומגערינגלט מיט אַ ווײַנגאָרטן, און האָט זיך דאָרטן באַזעצט. אין 2007, האָבן זיי באַשלאָסן צו פֿאַרנעמען זיך מיטן כּשרן ווײַן. אין דער זעלבער צײַט, האָבן זיי געמוזט זיך פֿאַרמעסטן מיט דערפֿאָלג מיט די אַנדערע אָרטיקע ווײַן־מאַכער. נאָך אַ ריי עקספּערימענטן, האָט זיך זיי אײַנגעגעבן צו שאַפֿן אַן עכטן כּשרן קיאַנטי, אָנהייבנדיק פֿון 2010.
יאַן שנאַל, איינער פֿון די משגיחים, וועלכער האָט פֿריִער געאַרבעט בײַ דער באַקאַנטער כּשרער פֿירמע „באַראָן הערצאָג‟ אין קאַליפֿאָרניע, און וועלכער ווייסט דעם טאָלק אין גוטע טרוקענע ווײַנען, האָט באַמערקט, אַז ער האָט ליב דעם „צויבערדיקן און מיסטישן‟ טעם פֿון דער אַלטער געגנט, וווּ ער אַרבעט הײַנט. צוליב זייער אונטערנעמונג, האָבן די בעלי-בתּים זיך באַקענט מיט פֿרומע טוריסטן פֿון אַרום דער וועלט, וועלכע באַזוכן כּסדר זייער פֿאַבריק. דעלאַ סעטאַ היט נישט כּשרות, אָבער בײַם פּסח־סדר שטעלט ער אויפֿן טיש זײַן אייגענעם ווײַן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.