די „פּאַלעאָ־דיעטע‟

The Paleo Diet


פֿון עדי מהלאל

Published August 23, 2015, issue of September 18, 2015.

דאָס שטענדיקע יאָגעניש נאָך נײַע דיעטע־גענג כאַראַקטעריזירט די מאָדערנע געזעלשאַפֿטן, ווי אַ טייל פֿונעם אַלגעמיינעם זוכן גליק און געזונט. דער אויסדרוק, „מע באַשטייט פֿון דעם, וואָס מע עסט‟, ווערט אָפֿט באַנוצט אויף ענגליש (you are what you eat), כּדי צו באַטאָנען ווי וויכטיק איז די ראָלע פֿון דעם עסן, וואָס מיר באַניצן. איינער פֿון די סאַמע באַקאַנטע אַזעלכע דיעטע־גענג איז צו זײַן אַ וועגעטאַריער: מע מעג עסן אַלצדינג, אַחוץ פֿלייש. די מער עקסטרעם־ווערסיע דערפֿון הייסט „וועגאַניזם‟, וווּ מע טאָר נישט עסן יעדע זאַך, וואָס שטאַמט פֿון חיות, אַרײַנגערעכנט אייער און אַלע מילכיקע פּראָדוקטן.

די אָנהענגער פֿון אָט די צוויי שיטות שטעלן אַרויס טענות פֿון מאָראַל (צער־בעלי־חיים), עקאָלאָגיע וכּדומה. פֿאַניע לעװאַנדאָס װעגעטאַריש קאָכבוך אויף ייִדיש, איז אַרױס אין װילנע אין 1937, און איצטער אויף ענגליש דורך איוו יאַכנאָוויץ, באַווײַזט אַז אויך בײַ ייִדן איז דאָס נישט קיין נאָווינע (זע //yiddish.forward.com/articles/188302/a-talk-with-eve-jochnowitz/

די „פּאַלעאָ־דיעטע‟ (paleo diet) באָרגט איר נאָמען פֿון דער אַזוי גערופֿענער „פּאַלעאָליטישער תּקופֿה‟, אַ פּרעהיסטאָרישע עפּאָכע, וואָס געהערט צום ערשטן טייל פֿון דער שטיין־תּקופֿה. לויט די פּרינציפּן פֿון דער „פּאַלעאָ־דיעטע‟, דאַרף דער מאָדערנער מענטש זיך צוריקקערן צו דעם סאָרט דיעטע פֿון אַ היילמענטש (און טאַקע אַן אַנדער נאָמען פֿאַר דער „פּאַלעאָ־דיעטע‟ איז די „היילמענטש־דיעטע‟), און פּסלען אַלע אינדוסטריעל־פּראָדוצירטע שפּײַזן. וואָס זשע מיינט עס טאַקע, די דיעטע פֿונעם היילמענטש?

ס’איז כּמעט איבעריק צו זאָגן, אַז קיין קאָך־ביכער אָדער צעטעלעך מיט רעצעפּטן זענען נישט איבערגעבליבן פֿון איבער 50 טויזנט יאָר צוריק. אָבער דורך די אַרכעאָלאָגישע אַנטפּלעקונגען און אַנטראָפּאָלאָגישע פֿאָרשונגען פֿון די הײַנטצײַטיקע יעגערס און קלײַבער־גרופּעס (hunter-gatherer), קען מען פֿאָרט אויספֿירן אַ פּאָר זאַכן: די אוראַלטע מענטשן פֿלעגן עסן אַלע טיילן פֿון די געכאַפּטע חיות (פֿיש בתוכם), און דאָס איז כּולל די אינערלעכע קערפּער־טיילן, דעם מאַרך פֿון די ביינער, דאָס חיות־פֿעטס וכדומה. אַ כּלל, נאָכן אָפּעסן דאָס פֿלייש, זאָל מען די ביינער גריזשען און מאַכן פֿון זיי אַ זופּ. מיט אַנדערע ווערטער, מע רעקאָמענדירט איצטער צו עסן די אַלע סאָרטן פֿעטע עסנס, וואָס די געזונט־אינסטאַנצן פֿון די לעצטע יאָרצענדליקער האָבן קעגן זיי שטאַרק מזהיר געווען. ממש אַ פֿאַרקערטע וועלט: פּוטער און שמאַלץ — בשפֿע; מאַרגאַרין און קאַנאָלאַ־בוימל — חס־ושלום!

דערצו, פֿלעגן די יעגערס עסן גרינסן און געוויקסן; און דאָס ביסל צוקער, וואָס זיי פֿלעגן שוין צוגעבן, האָט געשטאַמט פֿון פֿרוכטן. דאָס באַטאָנען גרינסן און פֿרוכטן האָבן מן־הסתּם די פּאַלעאָיִסטן מיט די וועגעטאַריער בשותּפֿות. וואָס עס פֿעלט יאָ בײַ די פּאַלעאָיִסטן, זענען די אַלע מיני־מאכלים, געמאַכט פֿון קערנער־געוויקסן: ווייץ (ברויט, לאָקשן, אַלע מעל־פּראָדוקטן, אד”גל), קוקורוזע (וואָס געפֿינט זיך אין כּמעט אַלע פּראָצעסירטע עסנס אין אַמעריקע), רײַז, חומוס, וכדומה. פֿאַרשטייט זיך, אַז אַלע סאָרטן צוקער זענען בבֿחינת טרייף־פּסול לויט דער פּאַלעאָיִסטישער שיטה. די חסידים פֿון „פּאַלעאָ‟ האַלטן, אַז אַלע מיני־תּבֿואה, און בפֿרט די אַלע אינדוסטריעלע פּראָדוקטן, געמאַכט פֿון תּבֿואה, זענען רעלאַטיוו נײַ פֿאַר דעם מענטשן, איז אים שווער זיי צו פֿאַרדײַען. דעריבער ווערט עס די סיבה פֿון אַ סך הײַנטצײַטיקע חלאַתן.

וואָס זענען אם־כּן די הויפּט־מעלות פֿון דער „פּאַלעאָ־דיעטע‟?

די חסידים פֿון דער „היילמענטש־דיעטע‟ האַלטן, אַז די פּראָדוקטן געמאַכט פֿון תּבֿואה, טראָגן דאָס אַחריות פֿאַר די מאָדערנע מענטשלעכע קרענק: אַלצהײַמער, צוקערקרענק, די מגיפֿה פֿון איבערוואָג, האַרץ־קרענק, וכדומה. די פּאַלעאָיִסטן דערציילן, אַז דורך זייער שיטה ווערט מען מער ענערגעטיש, דינער, און געזינטער. דאָס באַשפּײַזן זיך בלויז מיט פֿעטס און פּראָטעיִן הייסט, אַז מע מײַדט אויס די פֿענאָמענען פֿון „צוקער־געדראַנג‟ און „צוקער־קראַך‟; און מע האַלט אויף אַ גוטן ענערגיע־ניוואָ דורכויס.

קיין סך אויף ייִדיש וועגן דער „פּאַלעאָ־דיעטע‟ איז נאָך נישט אָנגעשריבן געוואָרן. מע ווייסט אָבער פֿון אַ סך ייִדן, וועלכע דעפֿינירן זיך ווי וועגעטאַריער און עסן פֿיש; רופֿט מען זיי, „כּשרע וועגעטאַריער‟. אויב אַ וועגעטאַריער זאָגט דיר ווי געזונט ער איז אָנעם עסן פֿלייש, קען דער פּאַלעאָיִסט ענטפֿערן, אַז דאָס איז אַ דאַנק די אייער, וואָס ער באַניצט. אויב אַ כּשרער וועגעטאַריער זאָגט דאָס זעלבע דעם פּאַלעאָיִסט, ענטפֿערט דער פּאַלעאָיִסט, אַז דאָס איז אַ דאַנק דעם עסן פֿיש. בקיצור, ווי מע זאָגט בײַ די פּאַלעאָיִסטן, פֿון אַלע ווייץ־מאכלים, איז דאָס בעסטע אַ שטיקל פֿלייש; אָדער בײַ די ייִדישע פּאַלעאָיִסטן, איז בשׂר־ודגים אַן עונג־שבת — און אין דער וואָכן איז עס אויך כּדאַי צו פֿאַרזוכן.