אין דער ערשטער סצענע פֿונעם קורצן פֿילם, „אויף וואָס פֿאַר אַ שפּראַך רעדט דער ים?‟, וואָס איז די וואָך אַרויסגעלאָזט געוואָרן אויף „יו־טוב‟, באַווײַזן זיך איבער אַ קאַראַוואַן פֿון קעמלען די ווערטער פֿון יהואשס באַרימטער איבערזעצונג פֿונעם תּנ״ך: „וואָרעם ה׳ דײַן גאָט ברענגט דיך אין אַ גוטן לאַנד… אַ לאַנד פֿון ווייץ און גערשט, און ווײַנשטאָקן, און פֿײַגן, און מילגרוימען…‟
דאָס פּאָעטישע, פֿאַרצײַטיקע לשון פֿון יהואשס ווערק איז גוט באַקאַנט די דורות ייִדן, וואָס האָבן בײַ זיך אין דער היים געהאַט זײַן איבערזעצונג אין צוויי בענד, און האָבן אַזוי אָפֿט אַרײַנגעקוקט אין איר, אַז מע האָט עס אָפֿט מאָל פּשוט אָנגערופֿן „דער יהואש‟.
דער פֿילם באַשרײַבט די איבערלעבונג פֿונעם שרײַבער (זײַן אמתער נאָמען — שלמה בלומגאַרטען) ווען ער האָט, נאָכן אָנשטעקן זיך מיט טובערקולאָז, זיך באַזעצט אין ארץ־ישׂראל אין 1914 צוליב דעם געזינטערן קלימאַט.
דאָס איז אָבער נישט קיין היסטאָרישער דאָקומענטאַר־פֿילם; ס׳איז אַ קינסטלערישע, און אַפֿילו איראָנישע אויסטײַטשונג פֿון יהואשס צוזאַמענשטויס מיט די שׂונאים פֿון דער ייִדישער שפּראַך, וואָס ער האָט דאָרט אַנטדעקט.
דעם סצענאַר פֿונעם פֿילם האָט אָנגעשריבן יעד בירן [יאַאַד ביראַן] און רעזשיסירט האָט עס ערן (עראַן) טאָרבינער. דער ייִדישער קולטור־טוער און זינגער, מענדי כּהנא, שפּילט די הויפּט־ראָלע. דער פֿילם איז סובסידירט געוואָרן פֿון דער „נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדיש‟ און „בית שלום־עליכם‟.
דער פֿילם איז באַזירט אויף יהואשס רײַזע־בוך, „פֿון ניו־יאָרק ביז רחובֿות און צוריק‟, אָבער וועבט אויך אַרײַן מענטשן און סצענעס פֿון דער הײַנטיקער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט, שאַפֿנדיק דערבײַ אַ סוררעאַליסטישן פּאַראַלעל, און דערבײַ אויך — קען מען זאָגן — אַ קאָמענטאַר אויף דעם הײַנטיקן ישׂראל. למשל, ווען מענדי שעפּשעט צום צוקוקער, אַז „ייִדיש איז דאָ טריף ווי חזיר; רעדן ייִדיש אויף דער גאַס פֿאַרמאָגט אַ געוואַלדיקן מוט,‟ ווייסן מיר, אַז ער ציטירט טאַקע יהואשס ווערטער, אָבער גלײַכצײַטיק דאַכט זיך אונדז, אַז דאָס רעדט מענדי אַליין; נישט דווקא, אַז ייִדיש איז הײַנט דיסקרימינירט אין ישׂראל אַזוי ווי אַמאָל, נאָר אַז אַפֿילו בלויז דאָס פּרוּוון אײַנגלידערן די ייִדישע שפּראַך אין דער ישׂראלדיקער אידענטיטעט איז עד־היום אַ קאָמפּליצירטע אַרבעט.
„אויף וואָס פֿאַר אַ שפּראַך רעדט דער ים?‟ איז דער צווייטער קורצער פֿילם פֿון אַ סעריע וועגן ייִדישע שרײַבער אין ישׂראל, וואָס יעד, ערן און מענדי האָבן פּראָדוצירט. דער ערשטער, „זײַ געזונט, ירושלים‟, גיט איבער די אײַנדרוקן פֿון דרײַ שרײַבער — דער טונקעלער, דוד נאָמבערג און שלום אַש — בײַם באַזוכן די הייליקע שטאָט אין די 1920ער יאָרן.
יעד, אַ ישׂראלדיקער פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, וועלכער גיט טורן וועגן דער באַשרײַבונג פֿון געוויסע געגנטן פֿון ירושלים און תּל־אָבֿיבֿ מצד אין דער ייִדישער פּראָזע און פּאָעזיע, האָט געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟, אַז ער האָט שטאַרק הנאה געהאַט פֿון מאַכן די צוויי פֿילמען: „אַזוי קען איך צונויפֿמישן מײַנע צוויי ליבעס — ייִדיש און שרײַבן סצענאַרן, און ׳יו־טוב׳ גיט אונדז די געלעגנהייט צו שאַפֿן פֿילמען, וואָס קאָסטן ווייניק געלט, און וואָס אַלע מענטשן קענען זען.‟ די צוקוקער, וואָס קענען נישט קיין ייִדיש, קענען עס זען מיט ענגלישע אָדער העברעיִשע אונטערקעפּלעך.
ערן, דער רעזשיסאָר, איז נישט קיין ייִדיש־רעדער, אָבער האָט קינדווײַז געהערט אַ סך ייִדיש אין זײַן היימשטאָט, בת־ים — נישט בלויז בײַ זײַנע טאַטע־מאַמע און באָבע־זיידע, אָבער בײַ אַ סך פֿון די שכנים. זײַן אינטערעס צו ייִדיש האָט זיך צעפֿלאַקערט, ווען ער האָט באַשלאָסן צו מאַכן אַ פֿילם וועגן דעם „ייִדישן אַרבעטער בונד‟ אין ישׂראל. דער פֿילם, „בונדאים‟, איז אַרויסגעלאָזט געוואָרן אין 2012.
„כאָטש איך בין יונגערהייט געווען אַ מיטגליד פֿון ׳השומר הצעיר׳ און בין ווי אַ סטודענט אין תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט געוואָרן זייער אַקטיוו אין די לינקע קרײַזן, האָב איך צו 34 יאָר כּמעט גאָרנישט געוווּסט וועגן דעם ׳בונד׳,‟ האָט ערן געזאָגט. באַלד ווי ער האָט אָבער אײַנגעזען וואָס פֿאַר אַ וויכטיקע ראָלע דער „בונד‟ האָט געשפּילט אינעם לעבן פֿון די ייִדיש־רעדנדיקע סאָציאַליסטן אין ישׂראל, האָט ער זיך אונטערגענומען צו מאַכן אַ פֿילם וועגן דעם; נישט בלויז די געשיכטע, נאָר אויך זײַן פּערזענלעכע מיינונג, פֿאַר וואָס ישׂראל האָט איגנאָרירט דעם בונד אין ישׂראל, און ווי נייטיק עס איז הײַנט צו באַנײַען די כּוחות פֿון דער אָרגאַניזאַציע.
ערן האָט זיך אַ סך אויסגעלערנט דורך די אינטערוויוען מיט די אַלטע בונדיסטן, אָבער ס׳איז פֿאַר אים אויך געווען זייער אַן עמאָציאָנעלע איבערלעבונג. „רעדנדיק מיט זיי, האָב איך זיך געכאַפּט ווי ענלעך זיי זענען צו מײַנע אייגענע באָבע־זיידע,‟ האָט ער באַמערקט. „זיי האָבן גערעדט אַ פּרעכטיקן ייִדיש.‟
דעריבער, ווען יעד האָט זיך געוואָנדן צו ערן צו העלפֿן אים מאַכן „זײַ געזונט, ירושלים‟, האָט דער רעזשיסאָר זיך גלײַך אָנגעשלאָסן אינעם פּראָיעקט. „זעענדיק ווי ייִדיש איז כּמעט פֿאַרמעקט געוואָרן, האָב איך שטאַרק געוואָלט צוריק אַרײַנברענגען די שפּראַך אין דער ישׂראלדיקער סבֿיבֿה,‟ האָט ערן באַמערקט.
נו, וואָס פּלאַנירט מען אויף ווײַטער? „איצט, אַז ס׳איז אַרויס בני מאירס בוך מיט העברעיִשע איבערזעצונגען פֿון אַבֿרהם סוצקעווערס לידער, קלער איך, אַז אפֿשר זאָלן מיר מאַכן אַ פֿילם וועגן סוצקעווער אין תּל־אָבֿיבֿ,‟ האָט יעד געזאָגט. מענדי האַלט, אַז ס׳וואָלט געווען שיין צו אַרבעטן אויף אַ פֿילם וועגן דער טויזנט־יאָריקער געשיכטע פֿון ייִדיש.
ווי עס זאָל נישט זײַן, וועט דער קומעדיקער פֿילם מסתּמא ממשיך זײַן דעם ציל פֿון די פֿריִערדיקע צוויי פֿילמען: ערשטנס, באַקענען דעם עולם מיט די ווייניק־באַקאַנטע עסייען וועגן ישׂראל געשריבן אויף ייִדיש, און צווייטנס, ווײַטער באַמיִען זיך צו געפֿינען אַן אָרט פֿאַר ייִדיש אין דער הײַנטיקער ישׂראלדיקער קולטור־ירושה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.