אין די לעצטע פּאָר יאָר האָט פּױלן געמאַכט אַ גװאַלדיקן פּראָגרעס אין דער פֿאָרשונג פֿון ייִדישער שפּראַך און קולטור. חוץ ביכער, גײען דאָרט יעדעס יאָר אַרױס ספּעציעלע העפֿטן פֿון אַקאַדעמישע זשורנאַלן, װאָס זײַנען געװידמעט ייִדיש. פֿאַראַיאָרן זײַנען אַרױס צװײ אַזעלכע טעמאַטישע נומערן: „סטודיאַ יודאַיִקאַ‟ אין קראָקע (נומ׳ 17.1) און „קװאַרטאַלניק היסטאָריי זשידוּװ‟ אין װאַרשע. בסך־הכּל נעמען זײ אַרײַן אַרום פֿופֿצן רעפֿעראַטן, װאָס באַהאַנדלען פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿון ייִדישער שפּראַך און קולטור זינט דעם 17טן ביזן 20סטן יאָרהונדערט.
ייִדיש איז געװאָרן פּאָפּולער ניט נאָר װי אַן אָביעקט פֿון אַקאַדעמישער פֿאָרשונג, נאָר אױך װי אַן ענין פֿון דערציִונג און אַלגעמײנער קולטור. װי עס באַמערקן די רעדאַקטאָרינס פֿונעם ייִדיש־באַנד „סטודיאַ יודאַיִקאַ‟, מאָניקאַ אַדאַמטשיק־גאַרבאָװסקאַ און מאַגדאַלענאַ רוטאַ, איז פּױלן װידער געװאָרן אַ טײל פֿונעם אַלװעלטלעכן „ייִדישלאַנד‟. די רעפֿעראַטן אין זײער קבֿוצה שטאַמען פֿון דער ערשטער קאָנפֿערענץ פֿון דער „פּױלישער געזעלשאַפֿט פֿון ייִדיש־פֿאָרשער‟, װאָס פֿאַרמאָגט דערווײַל שױן העכער װי 60 מיטגלידער. צװײ רעפֿעראַטן האָט מען געהאַלטן אױף ייִדיש. די רעפֿעראַטן שפּיגלען אָפּ די אינטערעסן פֿונעם יונגן דור (מען רופֿט אים, דער צװײטער דור) פֿון פּױלישע ייִדיש־פֿאָרשער. אַזױ אָדער אַנדערש זײַנען זײ נאַטירלעך פֿאַרבונדן מיט פּױלן און פּױלישן ייִדנטום אין פֿאַרשידענע קאָנטעקסטן, פֿון די מיטל־אַלטערלעכע פּירושים אױף חומש און מגילות ביז דעם באַנוץ פֿון ייִדישע װערטער אין דער הײַנטיקער פּױלישער ליטעראַטור.
לרובֿ יונגע פּױלישע פֿאָרשער װענדן זיך צו די װײניק־באַקאַנטע מקורים, װי למשל, אַדאַם קאָפּציאָװסקי אין זײַן איבערזיכט פֿון קרימינעלער כראָניק אױף די זײַטן פֿון „לובלינער טאָגבלאַט‟ און לובלינער „אונדזער עקספּרעס‟ צװישן 1918 און 1939. כּדי צוציִען מער לײענער, דער עיקר, פֿונעם פּראָסטן פֿאָלק, האָבן די צײַטונגען געדרוקט כּלערלײ סענסאַציאָנעלע לאָקאַלע נײַעס לױטן פּרינציפּ „בלוט אױף דער ערשטער זײַט‟. די קעפּלעך רעדן פֿאַר זיך: „אײן לובלינער שלעגער אײַנגעממיתט דעם צװײטן‟ אָדער „בלוטיקע אָנפֿאַלן אױף גלחישן הױף‟.
קײן ייִדישע גזלנים זײַנען שױן אין פּױלן ניטאָ, אָבער ייִדיש האָט אָפּגעהיט אַ געװיסן אונטערװעלטלעכן טעם אין דער הײַנטיקער פּױלישער ליטעראַטור. לעצטנס, איז געװאָרן פּאָפּולער דער זשאַנער פֿון „רעטראָ‟–קרימינעלע מעשׂיות, װאָס קומען פֿאָר אין פּױלן פֿאַר דער מלחמה. אַװדאי, קאָן מען זיך ניט באַגײן אָן ייִדן און זײער לשון. מאַרטאַ סטעצקיעװיטש האָט דורכגעאַקערט צענדליקער אַזעלכע ראָמאַנען און אױסגעגראָבן אַ שלל בײַשפּילן מיט װערטלעך װי „שײגעץ‟, „זונה‟, „נאַרישע בהמה‟ וכדומה. דערבײַ שפּילן ניט די ייִדישע װערטלעך קײן אײגענע ראָלע אינעם סיפּור־המעשׂה; זײ דינען, כּדי צו שאַפֿן אַן עקזאָטישן קאָלאָריט פֿון דער װעלט, װאָס איז מער ניטאָ.
דער ייִדישער עולם אינעם אַמאָליקן פּױלן האָט געהאַט אַן אינטערעס ניט נאָר אין זײערע אָרטיקע גזלנים. די ייִדישע צײַטונגען האָבן באַזאָרגט דעם לײענער מיט כּלערלײ נײַעס פֿון סאַמע װײַטע עקן פֿון דער װעלט, אַזױ װײַט װי דרום–אַמעריקע. דער היסטאָריקער מאַריוש קאַלטשעװיאַק טענהט, אַז די עמיגראַציע האָט ניט איבערגעריסן פֿאַרבינדונגען צװישן ייִדן און פּױלן. פֿאַרקערט, די עמיגראַנטן האָבן אױפֿגעבױט נײַע באַציִונגען צװישן פּױלן און אַרגענטינע. אָבער עד־היום האָבן די היסטאָריקער פֿון דרום־אַמעריקאַנער ייִדנטום ניט געװידמעט גענוג אױפֿמערק דער פּױליש־ייִדישער פּרעסע װי אַ מקור פֿאַר זײערע פֿאָרשונגען. מען דאַרף לײענען די ייִדישע צײַטונגען קריטיש, װײַל זײ האָבן אָפֿט מאָל בכּיוון געמאָלט אַרגענטינע מיט זאַפֿטיקע און בונטע קאָלירן, װי אַן עקזאָטיש און געפֿערלעך לאַנד, בפֿרט פֿאַר די ייִדישע פֿרױען. שלום־עליכמס געשטאַלט פֿון „אַ מענטש פֿון בוענאָס־אײַרעס‟ באַװײַזט זיך אין פֿילצאָליקע גלגולים אױף די זײַטן פֿון „דער מאָמענט‟, „הײַנט‟ און אַנדערע פּױלישע צײַטונגען, אין סענסאַציאָנעלע רעפּאָרטאַזשן, װי למשל, „פֿאַרנאַרט צװײ לאָדזשער ייִדישע פֿרױען אין אַ שאַנד־הױז אין אַרגענטינע‟.
די אַרטיקלען אינעם „קװאַרטאַלניק‟ באַהאַנדלען פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿונעם ייִדישן ליטעראַרישן לעבן אין און אַרום פּױלן. אַזױ װי אין „סטודיאַ יודאַיִקאַ‟, װערן די ייִדישע צײַטונגען גענוצט פֿאַרן הױפּט־מקור. אַלכּסנדרה געלער באַטראַכט, װי אַזױ די ייִדישע ליטעראַטן אַרום דער צײַטונג „די ליטעראַרישע בלעטער‟ האָבן זיך אָפּגערופֿן אױף די רדיפֿות קעגן ייִדיש מצד די העברעיִשע קנאָים אין ארץ־ישׂראל. גאַנץ אינטערעסאַנט פֿאַר ייִדישע ליטעראַטור־פֿאָרשער איז אױך די פּובליקאַציע פֿון מאַריאַ אַנטאָסיק־פּיעלאַ, װאָס אַנאַליזירט צװײ סעריעס שמועסן מיט באַקאַנטע ייִדישע שרײַבער, צװישן זײ — איציק מאַנגער, זוסמאַן סעגאַלאָװיטש, אַלטער קאַציזנע און הלל צײטלין, װעגן די אױסזיכטן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, װאָס זײַנען דערשינען אין צװײ פּױלישע צײַטונגען אין די 1930ער יאָרן.
אין זײַן רעפֿעראַט אין „סטודיאַ יודאַיִקאַ‟ האָט פּראָפֿעסאָר נתן כּהן פֿון בר־אילן אוניװערסיטעט געשילדערט די דראַמאַטישע געשיכטע פֿונעם אױפֿקום פֿון ייִדיש װי אַן אַקאַדעמישע שפּראַך, מיט אַ ספּעציעלן טראַף אױף פּױלן. צום שלוס האָט ער באַטאָנט, אַז כּדי צו פֿאַרנעמען זיך מיט דער געשיכטע און קולטור פֿון פּױלישע ייִדן אױף אַן ערנסטער מדרגה, מוז מען גוט קענען ניט בלויז ייִדיש, נאָר אױך פּױליש. און די נײַסטע פּױלישע פּובליקאַציעס באַװײַזן, אַז פּױליש איז טאַקע ניט װײניקער חשובֿ פֿאַרן נײַעם דור ייִדיש־פֿאָרשער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.