לויט אַ באַריכט, פֿאַרעפֿנטלעכט פֿרײַטיק אויפֿן ישׂראלדיקן קאַנאַל 2, האָט ישׂראל געהאַט בדעה צו באָמבאַרדירן די נוקלעאַרע אײַנריכטונגען אין איראַן אין 2012, אָבער האָט עס אַנולירט, ווען זי האָט זיך דערוווּסט, אַז גלײַכצײַטיק וועלן אין ישׂראל פֿאָרקומען מאַנעווערס בשותּפֿות מיט די אַמעריקאַנער מיליטערישע כּוחות.
דער באַריכט, וואָס איז צונויפֿגעשטעלט געוואָרן אויפֿן סמך פֿון אוידיאָ־רעקאָרדירונגען פֿונעם דעמאָלטדיקן שוץ־מיניסטער אהוד ברק און געוויסע אויסלענדישע באַריכטן, האָט געגעבן אָנצוהערן, אַז ישׂראל איז געווען גרייט צו אַטאַקירן די איראַנישע אײַנריכטונגען, נישט געקוקט אויף דער אָפּאָזיציע פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אָבער ישׂראל האָט נישט געוואָלט זיך אַנטקעגנשטעלן די פֿאַראייניקטע שטאַטן בעת די אַמעריקאַנער סאָלדאַטן האָבן געהאַלטן אין מיטן זיך טרענירן צוזאַמען מיט די צה״ל־כּוחות אין ישׂראל.
„מיר האָבן סײַ־ווי בדעה געהאַט דורכצופֿירן די אָפּעראַציע, און דערפֿאַר האָב איך געפֿרעגט [דעם דעמאָלטדיקן אַמעריקאַנער שוץ־סעקרעטאַר לעאָן] פּאַנעטאַ, צי מיר קענען בײַטן די דאַטע פֿון די מאַנעוורעס,‟ האָט ברק געזאָגט אויף דער רעקאָרדירונג. „האָבן זיי עס אָפּגעלייגט וויפֿל זיי האָבן געקענט… ביז מיר האָבן באַשטימט אַ צײַט עטלעכע טעג פֿאַר די אַמעריקאַנער וואַלן [אין נאָוועמבער].‟
ווי עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, זאָגט ברק, „איז די אָפּעראַציע נישט געווען מעגלעך פֿאַרן ערשטן טייל פֿון 2012, האָט מען [דעם אַטאַק] אָפּגעלייגט ביז סוף־יאָר.‟ די נײַע דאַטע האָט אָבער אויך נישט געטויגט, אָבער ברק האָט נישט דערקלערט פֿאַר וואָס.
דער באַריכט אויפֿן קאַנאַל 2 האָט נאָך איבערגעגעבן, אַז פּרעמיער בנימין נתניהו האָט געוואָלט באָמבאַרדירן די איראַנישע נוקלעאַרע אײַנריכטונגען נאָך אין 2010 און 2011, אָבער די אַנדערע ישׂראלדיקע פֿירער האָבן געשטימט קעגן דעם.
ברק, וועלכער האָט געדינט ווי דער פּרעמיער פֿון 1999 ביז 2001 און האָט זינט דעמאָלט פֿאַרלאָזט די פּאָליטישע ספֿערע, האָט געבעטן בײַ קאַנאַל 2, נישט צו טראַנסמיטירן די רעקאָרדירונגען, אָבער די ישׂראלדיקע מיליטערישע צענזור האָט געזאָגט, אַז מע מעג.
בעת דער רעקאָרדירונג האָט ברק געזאָגט, אַז ער און נתניהו האָבן געוואָלט דורכפֿירן דעם אַטאַק, ניצנדיק די ישׂראלדיקע לופֿט־כּוחות, אָבער דער הויפּט פֿון גענעראַל־שטאַב, גבי אַשכּנזי, האָט אין 2010 אָפּגעוואָרפֿן זייער פּלאַן, זאָגנדיק, אַז די צה״ל־כּוחות זענען נישט גרייט צו דעם. שפּעטער, זאָגט ברק, האָבן משה יעלון, וועלכער איז הײַנט דער שוץ־מיניסטער, און יובֿל שטײַניץ, דער דעמאָלטדיקער פֿינאַנץ־מיניסטער און איצטיקער ענערגיע־מיניסטער, זיך אויך אַנטקעגנגעשטעלט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.