„שבֿי־ישׂראל‟ איז אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט אַזעלכע ייִדן, וואָס אַנדערע פֿרומע אָרגאַניזאַציעס, ווי חב״ד, למשל, וויל גאָר נישט האָבן צו טאָן מיט זיי.
מיכאל פֿרוינד, וואָס האָט געגרינדעט „שבֿי־ישׂראל‟ אין יאָר 2002, וויל מקרבֿ זײַן די קינדער און דערוואַקסענע, וואָס שטאַמען פֿון ייִדן; אָבער אָפֿטמאָל נישט לויט דער ייִדישער הלכה. דאָס רובֿ פּאָליאַקן, וואָס האַלטן זיך הײַנט פֿאַר ייִדן, געהערן צו דעם סאָרט. די הויפּט־סיבה, ווי מיר אַלע ווייסן, איז דער חורבן. פֿון די שטרענג־פֿרומע ייִדן זענען זייער ווייניק געבליבן בײַם לעבן. דווקא פֿרײַע אָדער אַסימילירטע ייִדן האָבן געהאַט אַ סך גרעסערע שאַנסן זיך צו ראַטעווען. זיי האָבן געהאַט צוויי „מעלות‟, וואָס אָן זיי וואָלט אוממעגלעך געווען צו בלײַבן בײַם לעבן: די אַסימילירטע ייִדן האָבן באַהערשט די פּוילישע שפּראַך, און זיי האָבן געהאַט פּוילישע פֿרויען אָדער חבֿרים, וואָס זענען געווען גרייט זיי צו באַהאַלטן פֿון די דײַטשן.
מיכאל פֿרוינד וויל ברענגען די קינדער און אייניקלעך פֿון די געראַטעוועטע צוריק צום ייִדישן פֿאָלק. ראשית־כּל, דורך דער דערציִונג.
הײַיאָר האָט זײַן אָרגאַניזאַציע, „שבֿי־ישׂראל‟, געעפֿנט אַ קינדער־גאָרטן אין לאָדזש. אַ מנין קינדער איז שוין דאָ. „דאָס איז דאָס ערשטע מאָל נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, אַז די ייִדישע דערציִונג ווערט באַנײַט אין לאָדזש‟, — זאָגט דער שליח פֿון „שבֿי־ישׂראל‟ אין לאָדזש. דאָ, מאַכט ער מסתּמא אַ קליינעם טעות. אונטער דער קאָמוניסטישער מאַכט איז יאָ געווען אַ פּרעכטיקע ייִדישע שול אין לאָדזש, די „י. ל. פּרץ־שול‟, וווּ די קינדער האָבן זיך געלערנט אויך ייִדיש מיט ערשט־קלאַסיקע לערערס. ס’איז אמת, אַז אַזוי ווי אין ראַטן־פֿאַרבאַנד האָט אויך אין פּוילן דער האָניק־חודש צווישן די קאָמוניסטן און די ייִדן געדויערט פֿון אסתּר־תּענית ביז פּורים. די „י. ל. פּרץ־שול‟ האָט מען פֿאַרמאַכט בשעת די גרויסע מלוכישע אַנטי־ייִדישע רדיפֿות אין יאָר 1968, אָבער אַ סך אַמאָליקע תּלמידים געדענקען ביז הײַנט מיט ליבשאַפֿט די אַמאָליקע ייִדישע שול אין לאָדזש.
פֿונעם 16סטן ביזן 23סטן אויגוסט אין מיענדזעוואָדזשע, נישט ווײַט פֿון דער דײַטשישער גרענעץ, האָבן די ייִדישע משפּחות פֿאַרבראַכט זיבן זוניקע טעג. אָרגאַניזירט האָט דעם אָפּרו דער „דזשאָינט‟. פֿאַרשטייט זיך, אַז דער „דזשאָינט‟ האָט נישט געדעקט אַלע הוצאָות, נאָר אַ טייל פֿון זיי, אָבער ווי סע זאָל נישט זײַן, האָבן די יונגע משפּחות באַקומען אַ ממשותדיקע הנחה.
פֿאַר די ייִדישע משפּחות מיט קינדער איז די פֿינאַנציעלע זײַט וויכטיק, אָבער נישט דעצידירנדיק. צו טרעפֿן זיך אין איין ייִדישער סבֿיבֿה איז פֿאַר זיי אויך זייער וויכטיק. נעמט, למשל, אַ ייִדישע משפּחה אין עפּעס אַ קליין פּויליש שטעטל, וווּ די קינדער האָבן נישט קיין שום קאָנטאַקט מיט אַנדערע ייִדישע קינדער. דאָ קענען זיי פֿאַרברענגען אַ וואָך מיט קינדער ווי זיי. היות וואָס די זעלבע משפּחות קומען יאָר אײַן, יאָר אויס, קען מען זיך שוין און סע האָט זיך געשאַפֿן אַ מין חבֿרותא פֿאַר גרויס און קליין צוגלײַך.
הײַיאָר הערשט אין פּוילן אַ מוראדיקע טריקעניש. וואָס איז שלעכט פֿאַר די פּויערים, איז אָבער גוט פֿאַר די קינדער. די זון האָט געשײַנט די גאַנצע וואָך, דער הימל איז געווען פֿרײַ פֿון וואָלקנס, און דאָס קליינוואַרג האָט געקאָנט זיך שפּילן אין וואַסער און זאַמד.
במשך פֿון דער וואָך האָבן די דערוואַקסענע און די קינדער געהאַט פֿאַרשיידענע וואַרשטאַטן — פֿון ייִדישער קיך ביז קבלה.
הרבֿ שודריך, דער הויפּט־רבֿ פֿון פּוילן, האָט געמאַכט דעם קידוש פֿרײַטיק־צו־נאַכט און די הבֿדלה אַ מעת־לעת שפּעטער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.