גייענדיק דורכן פֿײַכטן דזשאָנגל, קעגן דעם שטראָם פֿון מאָדנע, פֿיל־פֿאַרביקע אינסעקטן, וואָס די וויסנשאַפֿט האָט מסתּמא נאָך אַפֿילו נישט אַנטדעקט, האָב איך מיט מײַן מאַטשעטע געמוזט אָפּהאַקן די קוסטן, וואָס האָבן מיר פֿאַרשטעלט דעם וועג. כ׳האָב אָנגעהויבן קלערן, ווי אַזוי איז דאָס לעבן געווען דאָ מיט 400 יאָר צוריק, ווען די ערשטע ייִדן האָבן זיך דאָ באַזעצט?
ייִדן אינעם דזשאָנגל? טאַקע?
יאָ, אַ קליינע ייִדישע קהילה האָט אַ מאָל געבליט אין סורינאַם, אַ לענדעלע אויפֿן צפֿון־ברעג פֿון דרום־אַמעריקע, צווישן בראַזיל, גיאַנע און פֿראַנצייזישע גיאַנע. הײַנט געפֿינען זיך ווייניק ייִדן צווישן די בערך 500,000 אײַנוווינער. בערך 50% פֿון זיי זענען כינעזער, אינדיער און אינדאָנעזיער; 20% זענען אָפּשטאַמיקע פֿון די אַנטלאָפֿענע שקלאַפֿן, וואָס האָבן חתונה געהאַט מיט די „אַמערינדיאַנער‟, און 30% באַצייכענען זיך ווי אַנדערע „געמישטע‟ פֿעלקער.
גיאַנע איז געוואָרן אומאָפּהענגיק פֿון האָלאַנד אין 1975, כאָטש האָלענדיש איז ווײַטער פֿאַררעכנט פֿאַר איר אָפֿיציעלער שפּראַך, אין איינעם מיט סראַנאַן־טאָנגאָ, אַ זשאַרגאָן פֿון ענגליש. 96% פֿונעם לאַנד איז פֿול מיט אומבאַשעדיקטע רעגן־וועלדער; עס געפֿינען זיך דאָ אַכט מינים מאַלפּעס, און במשך פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר האָט מען אַנטדעקט נישט ווייניקער ווי 40 מינים געוויקסן און חיות.
געקומען קיין סורינאַם בין איך צו באַזוכן אַ פֿרײַנד, וואָס האָט דאָרט לעצטנס באַקומען אַרבעט. לייענענדיק וועגן דער געשיכטע פֿונעם לאַנד, האָב איך זיך דערוווּסט, אַז די ערשטע ייִדן זענען אָנגעקומען אָנהייב 17טן יאָרהונדערט, נאָך דעם ווי האָלאַנד און פּאָרטוגאַל האָט זיי אַרויסגעטריבן, און ענגלאַנד האָט זיי דערלויבט זיך צו באַזעצן אין די קאַריבישע אינדזלען און דעם צפֿון־טייל פֿון דרום־אַמעריקע.
בערך 600 ייִדן האָבן זיך אײַנגעאָרדנט אויפֿן אָרט, וואָס איז שפּעטער אָנגערופֿן געוואָרן יאָדען־סאַוואַנאַ — „סאַוואַנע פֿון די ייִדן‟, און דאָרט האָבן זיי אָנגעפֿירט מיט 40 פּלאַנטאַציעס פֿון צוקער־ראָר, וווּ עס האָבן געאַרבעט 10,000 שקלאַפֿן. אין 1665 האָבן זיי אויפֿגעבויט אַ שיל, „ברכה ושלום‟ — איינע פֿון די עלטסטע שילן אינעם מערבֿדיקן האַלב־קײַלעך.
ווען דער צוקער־האַנדל איז אָפּגעשוואַכט געוואָרן, האָבן אַ סך ייִדן זיך איבערגעקליבן אין דער קרוינשטאָט, פּאַראַמאַריבאָ, און אין 1723 האָבן זיי געגרינדעט די „נווה שלום שיל‟, וואָס שטייט ביזן הײַנטיקן טאָג. נאָך אַ שקלאַפֿן־ווידערשטאַנד און שׂריפֿה אין 1832 האָבן די לעצטע ייִדן פֿון יאָדען־סאַוואַנע און אַ צווייטן שטעטל, קאַסיפּאָרע, זיך אַריבערגעקליבן אין פּאַראַמאַריבאָ.
במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע 85 יאָר איז די פּאַראַמאַריבאָ־שיל באַקאַנט געוואָרן ווי איינע פֿון די איינציקע סינאַגאָגעס אויף דער וועלט, וואָס שטייען לעבן אַ מעטשעט. הײַנט באַשטייט די קהילה אין סורינאַם פֿון אַרום 200 מיטגלידער, סײַ ספֿרדים, סײַ אַשכּנזים. קיין רבֿ איז נישטאָ, פֿירט אַ חזן אָן מיטן דאַווענען שבת.
מײַן וועגווײַזער אין סורינאַם איז געווען יאָס, אַ בעלגיער וואָס האָט זיך איבערגעצויגן אינעם דזשאָנגל, כּדי מקיים צו זײַן זײַן חלום פֿון עפֿענען דאָרט אַן אַכסניה. מיר האָבן אָנגעהויבן דעם טור אין יאָדען־סאַוואַנע, וווּ עס קומען עטלעכע טויזנט טוריסטן אַ יאָר, און וואָס געפֿינט זיך אין אַ גוטן צושטאַנד. די הויכפּונקטן פֿונעם שטעטל זענען געווען דער בית־עולם פֿונעם 17טן און 18טן יאָרהונדערט, מיט אויפֿשריפֿטן אויף פּאָרטוגעזיש און לשון־קודש, און דער נאָך־פֿאַרבליבענער פֿונדאַמענט פֿון דער אַמאָליקער שיל.
אין קאַסיפּאָרע האָבן מיר געזוכט שפּורן פֿונעם ספֿרדישן בית־עולם, געגרינדעט אין די מיטן־1600ער. יאָס האָט מיך באַקענט מיט עדי, דער אומאָפֿיציעלער בירגער־מײַסטער פֿונעם שטעטל, כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז קיינער וועט אונדז נישט שטערן בעת אונדזערע שפּאַצירן דורך זייערע פֿעלדער און דזשאָנגלען, זוכנדיק דעם בית־עולם.
נאָך אַ האַלבער שעה, גייענדיק דורך אַנאַנאַס־פֿעלדער, געפֿאַלענע ביימער און שלענגלענדיקע קלעטער־בלעטער, האָבן מיר דערזען אַ פּלאַסטישע שילד מיט די ווערטער „קאַסיפּאָראַר בית־עולם‟. כ׳האָב אָבער נישט געזען קיין איין מצבֿה, בלויז ביימער און קלעטער־בלעטער, ביז כ׳האָב זיך געכאַפּט, אַז איך שפּאַציר ממש אויף די מצבֿות. במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע 350 יאָר, האָט דער דזשאָנגל צו־ביסלעך פֿאַרשלונגען די גרויסע, מורמלשטיינערנע פֿלאַכע שטיינער, וואָס מע האָט אַמאָל אימפּאָרטירט פֿון אַמסטערדאַם.
על־פּי־שׂכל, טראָגן די אור־אייניקלעך פֿון די פֿאַרשטאָרבענע דאָס אַחריות אויפֿצופּאַסן אויף זייערע מצבֿות, אָבער עס רעדט זיך פֿון גאָר אַ סך דורות צוריק. צי ווייסט עמעצער אַפֿילו, אַז זײַנע אָדער אירע עלטער־עלטערן ליגן באַגראָבן אינעם סורינאַמער דזשאָנגל? נאָך אַ שעה פֿון רייניקן די מצבֿות מיט מײַן מאַטשעטע, האָב איך שטילערהייט געזאָגט קדיש נאָך די פֿאַרגעסענע נפֿטרים.
ווען איך בין צוריק אַהיימגעפֿאָרן, האָב איך זיך דערוווּסט, אַז אין די 1990ער האָט אַ רעסטאַווריר־גרופּע טאַקע אידענטיפֿיצירט און אָפּגערייניקט 216 פֿון די בערך 400 מצבֿות, אָבער אין די לעצטע 20 יאָר זענען די שטיינער ווידער פֿאַרוואָקסן געוואָרן. כ׳האָב געוווּסט, אַז אויב איך וועל אַליין נישט גרינדן אַ פּראָיעקט צו רעמאָנטירן די מצבֿות, וועט קיינער עס נישט טאָן; ס׳וועט דאָך נישט קאָסטן קיין סך אָנצושטעלן אָרטיקע מענטשן אויפֿצוהאַלטן דאָס אָרט און עס רייניקן עטלעכע מאָל אַ יאָר. האָב איך געגרינדעט אַ נישט־פּראָפֿיט אָראַניזאַציע, כּדי מע זאָל קענען אָנהייבן די אַרבעט.
כ׳מוז אָבער זאָגן דעם אמת, איך האָב געמישטע געפֿילן וועגן דעם. אין די נאָכמיטאָג־שולן, לערנט מען אונדז נישט, אַז די ייִדן האָבן אַ מאָל פֿאַרמאָגט שקלאַפֿן. ווי אַזוי האָבן זיי באַהאַנדלט זייערע קנעכט? ווי האָבן זיי געפּראַוועט דעם פּסח־סדר, אַרומגערינגלט פֿון 10,000 שקלאַפֿן? „אַ מאָל זענען מיר געווען שקלאַפֿן, אָבער הײַנט זענען מיר די שקלאַפֿן־טרײַבער?‟
לויט מײַן מיינונג, איז אָבער פֿאָרט וויכטיק צו פֿאַרגעדענקען אונדזער גאַנצע געשיכטע, אַפֿילו יענע צײַטן, ווען מיר האָבן זיך נישט אויפֿגעפֿירט אַזוי לײַטיש. די ראָלע, וואָס די ייִדן האָבן געשפּילט אינעם שקלאַפֿן־האַנדל איז אונדז אפֿשר נישט אַזוי ניחא, אָבער ס׳איז וויכטיק צו וויסן וועגן דעם, אויב מיר ווילן פֿאַרשטיין די באַציִונגען צווישן די ייִדן און די נישט־ייִדישע פֿעלקער במשך פֿון דער געשיכטע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.