מער פּראָ־ און אַנטי־ישׂראל־אַקטיוויזם אויף אַמעריקאַנער קאַמפּוסן

Pro- and Anti-Israel Activism Increasing on US Campuses


פֿון ייִט״אַ

Published August 26, 2015, issue of September 18, 2015.

ניו־יאָרק. — סײַ די פּראָ־, סײַ די אַנטי־ישׂראלדיקע אַקטיוויטעטן האָבן זיך פֿאַרמערט אינעם אַקאַדעמישן יאָר 2014־2015, גיט איבער אַ באַריכט פֿון דער „קאָאַליציע לטובֿת ישׂראל אויפֿן קאַמפּוס‟ (ICC).

הגם די בויקאָטיר-באַוועגונג קעגן ישׂראל האָט זיך ממשותדיק פֿאַרשפּרייט אין די אַמעריקאַנער אוניווערסיטעטן, זענען דאָך פֿאָרגעקומען צוויי מאָל אַזוי פֿיל פּראָ־ישׂראלדיקע איידער פּראָ־פּאַלעסטינער אונטערנעמונגען, איז געשטאַנען אין באַריכט.

במשך פֿון דעם יאָר איז געוואַקסן די צאָל אַנטי־ישׂראלדיקע טעטיקייטן מיט 31.2%, אין פֿאַרגלײַך מיטן אַקאַדעמישן יאָר 2013־2014. צוויי גרופּעס וואָס שטיצן די בויקאָט־און־סאַנקציע באַוועגנונג — „סטודענטן פֿאַר יושר אין פּאַלעסטינע‟ (SJP) און „ייִדישער קול פֿאַר שלום‟ (JVP) — האָבן ביידע זיך צעוואַקסן. צווײַגן פֿון SJP געפֿינען זיך איצט אויף 150 קאַמפּוסן, און JVP — אויף 14 קאַמפּוסן.

די צאָל רעזאָלוציעס פֿון דער בויקאָט־באַוועגונג איז אויך געוואַקסן, בפֿרט אויפֿן מערבֿ־ברעג און אין די מיטעלע שטאַטן. צום ערשטן מאָל, האָבן די אַנטי־ישׂראלדיקע אַקטיוויסטן גערופֿן דורכצופֿירן אַ רעפֿערענדום מיט דער אָפּשטימונג פֿון דער גאַנצער סטודענטן־באַפֿעלקערונג, נישט בלויז פֿון די סטודענטן־פֿירער.

די אַנטי־ישׂראלדיקע גרופּעס האָבן לעצטנס אויך אָנגעקניפּט אַליאַנצן מיט כּלערליי פּראָגרעסיווע קאַמפּוס־אָרגאַניזאַציעס, אַרײַנגערעכנט די גרופּעס, וועלכע שטיצן די האָמאָסעקסועליסטן, די סבֿיבֿה־אַקטיוויסטן, און די אַנטי־ראַסיזם־גרופּעס. ווי אַ פּועל־יוצא, האָט מען במשך פֿונעם יאָר געזען, צום ערשטן מאָל, אַ סך מער פּראָ־פּאַלעסטינער אונטערנעמונגען, וווּ די מיט־שטיצער זענען געווען סתּם פּראָגרעסיווע גרופּעס, וואָס האָבן בכלל נישט קיין שײַכות צו ישׂראל.

דער באַריכט האָט אויך באַמערקט, אַז בפֿרט אויף די קאַמפּוסן אינעם מערבֿ־ברעג פֿון אַמעריקע, „האָבן די אַנטי־ישׂראלדיקע אַקטיוויסטן כּסדר געפּרוּווט איבערנעמען די סטודענטן־רעגירונגען‟.

אָבער אין דער זעלבער צײַט וואָס ס׳האָט זיך פֿאַרשפּרייט דער אַנטי־ישׂראלדיקער אַקטיוויזם, זענען אויך געשאַפֿן געוואָרן מער ווי 100 פּראָ־ישׂראלדיקע קאַמפּוס־אָרגאַניזאַציעס. „די פּראָ־ישׂראלדיקע סטודענטן זענען הײַנט אַ סך בעסער אָרגאַניזירט און פֿאָקוסירט אויף סטראַטעגישע מיטלען, אַ דאַנק דער פֿירערשאַפֿט פֿון אַ ברייטער קאָאַליציע פֿון נאַציאָנאַלע פּראָ־ישׂראלדיקע אָרגאַניזאַציעס.‟

מע האָט אָנגענומען פּראָ־ישׂראלדיקע רעזאָלוציעס אינעם ליבערטי־אוניווערסיטעט, דעם דזשאָרדזשיער אוניווערסיטעט, „טעקסאַס איי־ענד־עם אוניווערסיטעט‟ און דעם נעוואַדער אוניווערסיטעט.

„במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע פּאָר חדשים האָבן אַ צאָל מעדיאַ־באַריכטן דערקלערט, אַז די בויקאָט־באַוועגונג נעמט איבער די קאָלעדזש־קאַמפּוסן, אָבער די אינפֿאָרמאַציע וואָס דער ICC־באַריכט האָט געזאַמלט, ווײַזט, אַז ס׳איז נישט אַזוי,‟ האָט דער באַריכט געזאָגט. „פֿון דעסטוועגן, אויב די איצטיקע טענדענץ אין די קאַמפּוסן איבערן לאַנד וועט זיך ווײַטער פֿאַרשפּרייטן, קאָן עס אפֿשר חלילה יאָ דערפֿירן צו אַזאַ מוראדיקן מצבֿ.‟