ווען דער פֿאָרש־צענטער „פּיו‟ האָט פֿאַרעפֿנטלעכט זײַן שטודיע וועגן די אַמעריקאַנער ייִדן אינעם יאָר 2013, איז עס געוואָרן אַ צענטראַלער טייל פֿון כּלערליי פּאָלעמישע דעבאַטעס, פֿון געמישטע חתונות ביז בילדונג־ענינים. איצט, האָט דער צענטער פֿאַרעפֿנטלעכט אַ נײַע שטודיע, אויפֿן סמך פֿונעם גרויסן סכום אינפֿאָרמאַציע, וואָס מע האָט געזאַמלט מיט צוויי יאָר צוריק נאָכן שמועסן מיט 3,475 ייִדן.
הגם די אָרטאָדאָקסישע ייִדן באַטרעפֿן בלויז 10 פּראָצענט פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וואַקסט דער דאָזיקער סעקטאָר גיכער, ווי די אַנדערע. לויט דער נײַער שטודיע פֿונעם פֿאָרש־צענטער „פּיו‟, וואָס הייסט „אַ פּאָרטרעט פֿון אַמעריקאַנער אָרטאָדאָקסישע ייִדן‟, קאָן דער וואַקסנדיקער פֿרומער עולם אַלץ שטאַרקער משפּיע זײַן אויף דעם אַלגעמיינעם מצבֿ פֿון די ייִדן אינעם לאַנד — סײַ וואָס שייך רעליגיע, סײַ אויף זייערע סאָציאַלע און פּאָליטישע פּאָזיציעס.
בערך 62 פּראָצענט אָרטאָדאָקסישע ייִדן אינעם לאַנד, כּמעט צוויי דריטל, האַלטן זיך פֿאַר חרדים, און 31 פּראָצענט — ווי מאָדערנע אָרטאָדאָקסן. 70 פּראָצענט פֿון די אויסגעפֿרעגטע האָבן איבערגעגעבן, אַז זיי זענען דערצויגן געוואָרן אין פֿרומע סבֿיבֿות.
אַ נישט־אָרטאָדאָקסישע ייִדישע משפּחה האָט, דורכשניטלעך, 1.7 קינדער. בײַ די אָרטאָדאָקסן איז די צאָל אַ סך גרעסער: 4.1 קינדער. כּמעט אַ העלפֿט פֿון דער אָרטאָדאָקסישער באַפֿעלקערונג האָט, צום ווייניקטסן, פֿיר קינדער. די אָרטאָדאָקסן זענען אויך די איינציקע ייִדישע גרופּע אינעם לאַנד, וואָס גלייבט, על־פּי־רובֿ, מיט אַן אַבסאָלוטער אמונה אין גאָט, ווי עס האָבן באַטאָנט 96 פּראָצענט אויסגעפֿרעגטע חרדים און 77 מאָדערנע אָרטאָדאָקסן.
אין דער זעלבער צײַט, זענען די מאָדערנע אָרטאָדאָסקן די פֿאַרמעגלעכסטע גרופּע. 37 פּראָצענט פֿון זיי האָבן איבערגעגעבן, אַז זייער יערלעכע משפּחה־הכנסה באַטרעפֿט 150,000 דאָלאַר אָדער מער. להיפּוך, זענען די חרדים די אָרעמסטע גרופּע; 43 פּראָצענט חרדישע משפּחות פֿאַרדינען ווייניקער פֿון 50,000 דאָלאַר אַ יאָר.
וואָס שייך פּאָליטיק, שטיצן 58 פּראָצענט חרדים און 56 פּראָצענט מאָדערנע אָרטאָדאָקסן די רעפּובליקאַנער — אין פֿאַרגלײַך מיט די 27 פּראָצענט קאָנסערוואַטיווע און 17 רעפֿאָרמער ייִדן.
נישט אַלע אויסגעפֿרעגטע ייִדן זענען אָבער אינגאַנצן פֿרום, הגם זיי באַטראַכטן זיך ווי אַ טייל פֿונעם אָרטאָדאָקסישן עולם. 10 פּראָצענט האָבן איבערגעגעבן, אַז זיי פֿאַסטן נישט יום־כּיפּור, 22 פּראָצענט צינדן נישט יעדן פֿרײַטיק שבת־ליכט, און 17 פּראָצענט היטן כּשרות נישט די גאַנצע צײַט. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז מער מאָדערנע אָרטאָדאָקסן, ווי חרדים — 67 אין פֿאַרגלײַך מיט 60 פּראָצענט — האָבן געענטפֿערט, אַז זיי גייען כאָטש איין מאָל אַ וואָך אין שיל. צווישן די אַנדערע גרופּעס ייִדן, האָבן בלויז 6 פּראָצענט געענטפֿערט פּאָזיטיוו אויף דער דאָזיקער פֿראַגע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.