די חז״ל דערציילן, אַז ווען רבי יוחנן בן זכּאַי האָט זיך אַרויסגעגנבֿעט פֿון ירושלים, האָט ער געבעטן בײַ דער רוימישער מאַכט צו עפֿענען אַ נײַעם תּורה־צענטער אין יבֿנה — אַ קליין דערפֿל אויפֿן ברעג פֿונעם מיטל־לענדישן ים.
אַ סך אַנדערע ייִדן האָבן געטראַכט, אַז רבי יוחנן בן זכּאַי איז אַ נאַיִווער מענטש צי פּשוט אַ פּחדן. ירושלים איז געווען דעמאָלט באַלאַגערט, אָבער דער בית־המיקדש איז נאָך געשטאַנען. די שטאָט איז געווען דער וועלט־צענטער פֿונעם ייִדישן לעבן. ווי אַזוי קאָן מען זיך פֿאָרשטעלן ייִדישקייט אָן דעם סנהדרין און טאָג־טעגלעכע קרבנות? שפּעטער, האָט זיך אָבער אַרויסגעוויזן, אַז די תּורה־אַקאַדעמיע אין יבֿנה, וווּ די חכמים האָבן פֿאָרמולירט די יסודות פֿון די הײַנטיקע הלכות, האָט געראַטעוועט די גאַנצע ייִדישע אמונה.
מע קאָן זאָגן, אַז די פּראָגרעסיווע און ליבעראַלע ייִדישע באַוועגונגען ווערן הײַנט „באַלאַגערט‟ פֿון דרויסן און פֿון אינעווייניק. ווי עס ווײַזן די דעמאָגראַפֿישע פֿאָרשונגען, האַלט די צאָל אָרטאָדאָקסישע פֿרומע ייִדן אין איין שטײַגן, אָדער די אַנדערע גרופּעס גייען ביסלעכווײַז אונטער. דער אַמעריקאַנער „מעסיקער‟ ייִדישער ציבור, וועלכער באַציט זיך נישט צו דער רעליגיע אויפֿן אָרטאָדאָקסישן שטייגער און פֿאָרט ווערט נישט אַסימילירט, זינקט אײַן, ווי דער „טיטאַניק‟.
אַ צאָל ציוניסטישע אָרגאַניזאַציעס האָפֿן צו פֿאַרהיטן די נישט-אָרטאָדאָקסישע ייִדן פֿון געמישטע חתונות, און זיי איבערצײַגן צו בלײַבן פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער קהילה. דעם יונגן דור אינטערעסירט אָבער נישט דער רעכטער נאַציאָנאַליסטישער צוגאַנג פֿון אַזעלכע אָרגאַניזאַציעס.
עס טרעפֿן זיך פּאָליטיש פּראָגרעסיווע ייִדן, וואָס „פֿלירטעווען‟ מיט דער אָרטאָדאָקסיע און גייען אין שטאַרק פֿרומע שילן. זיי קאָנען דאָרטן אָבער נישט טרעפֿן אַ סך מיטדענקער. עס באַקומט זיך, אַז אין שפּיץ פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדישן ציבור שטייען הײַנט די פֿאַרמאַכטע אָרטאָדאָקסישע גרופּעס, פּראָ־ישׂראלדיקע רעכטע און נאַציאָנאַליסטיש געשטימטע עלעמענטן, וועלכע כאַפּן איבער גרויסע אָרגאַניזאַציעס און פֿאַרשטעלן זיך פֿאַר רעפּרעזענטאַטן פֿון אַלע ייִדן.
וואָס זאָל מען טאָן? איך גלייב, אַז ס׳איז געקומען די צײַט אויפֿצושטעלן אַ פּראָגרעסיווע „יבֿנה‟ — אַ נעץ פֿון קליינע אינדזלען, וואָס וועלן אָפּראַטעווען און אַנטוויקלען אויף חידושדיקע אופֿנים די פּראָגרעסיווע טענדענצן. עס קאָן זײַן, אַז אויף אַ גרויסן מאַסשטאַב וועט דער ליבעראַלער מין ייִדישקייט, וואָס איך האָב ליב און רעפּרעזענטיר, טאַקע נישט בלײַבן אין דער צוקונפֿט. ווער זאָגט אָבער, אַז מע דאַרף זיך זאָרגן וועגן דער גרויסער צאָל אָנהענגער? כּל־זמן עס טרעפֿן זיך אין דער וועלט לעבעדיקע, ערנסטע און באַגײַסטערטע גרופּעס פּראָגרעסיוו־געשטימטע ייִדן — גרויסע צי קליינע — וועט אונדזער שיטה נישט אונטערגיין. עס קאָן זײַן, אַז צום סוף וועט זי געווינען, אַ דאַנק אַזעלכע אינדזלען, אַזוי ווי די טראַדיציאָנעלע הלכה־ייִדישקייט, וואָס שטאַמט פֿון רבי יוחנן בן זכּאַיס דערפֿל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.