הײַנט־צו־טאָג איז אוקראַיִנע מסתּמא דאָס אײנציקע לאַנד אין אײראָפּע, װוּ ייִדן שפּילן אַ בולטע פּאָליטישע ראָלע. דערבײַ זײַנען זײ ניט סתּם יחידים פֿונעם ייִדישן אָפּשטאַם, װי למשל, אײנציקע פּאָליטיקער אין ענגלאַנד אָדער פֿראַנקרײַך, נאָר אַקטיװע ייִדישע כּלל־טוער, װי דער געוועזענער גובערנאַטאָר פֿון דניפּראָפּעטראָװסק, איגאָר קאָלאָמױסקי. ייִדישע װאָרצלען אין די לענדער פֿון דער הײַנטיקער אוקראַיִנישער מלוכה גײען טיף אַרײַן אין דעם עבֿר. אין קיִעװ, טשערניגאָװ, לודמיר (װלאַדימיר װאָלינסקי) זײַנען שױן געװען ייִדישע ייִשובֿים אינעם 11טן–13טן יאָרהונדערט, און אין קרים געפֿינט מען ייִדישע מצבֿות פֿון נאָך עלטערע צײַטן, פֿון דער ביזאַנטישער אימפּעריע.
אָבער אַן עכט „ייִדישלאַנד‟ איז אוקראַיִנע געװאָרן ערשט מיט דער פּױלישער קאָלאָניזאַציע אינעם 16טן יאָרהונדערט, װען עס האָבן זיך געשאַפֿן שטאַרקע ייִדישע קהילות אין גאַליציע, װאָלין און פּאָדאָליע. זינט דעם איז די ייִדישע געשיכטע אין אוקראַיִנע געגאַנגען אַראָפּ און אַרױף, פֿון אַן אױפֿבלי צו אַ חורבן און װײַטער צו אַ װידערגעבורט. ייִדן האָבן איבערגעלעבט אין אוקראַיִנע די דרײַ גרעסטע טראַגעדיעס פֿון דער מאָדערנער ייִדישער געשיכטע: די גזירות־תּ”ח ותּ”ט (כמעלניצקיס אױפֿשטאַנד פֿון 1648־1649), די פּאָגראָמען פֿון דער רוסישער בירגער־קריג אין 1918–1920, און דעם חורבן בעת דער צװײטער װעלט־מלחמה. אָבער עס זײַנען אױך געװען לאַנגע פּעריאָדן פֿון גוטע צײַטן, װען דאָס ייִדישע לעבן און קולטור האָבן געבליט אױף די אוקראַיִנישע רחבֿותן.
עס איז אַ גרױסער חידוש, װאָס עד־היום האָבן מיר נאָך ניט קײן אַרומנעמיקע געשיכטע פֿון ייִדן אין אוקראַיִנע. דער 26סטער באַנד פֿונעם יאָרבוך „פּאָלין‟, װאָס איז אַרױס אונטער דער רעדאַקציע פֿון יוחנן פּעטראָװסקי־שטערן פֿאַרפֿילט אין אַ געװיסער מאָס דעם דאָזיקן בלױז. דער באַנד עפֿנט זיך מיט אַן איבערזיכט פֿון דן שפּירא װעגן דער עלטערער געשיכטע פֿון ייִדן און קאַראַיִמער אין אוקראַיִנע; אַ סך נײַע ידיעות װעגן עקאָנאָמישע, סאָציאַלע און רעליגיעזע קאָנטאַקטן און קאָנפֿליקטן צװישן ייִדן און קריסטן בעת דער תּקופֿה פֿון דער פּױלישער שליטה זײַנען פֿאַראַן אין די אַרטיקלען פֿון אַלעקסאַנדער פּערעסװעטאָװ־מוראַט און יהודית קאַליק. די לאַנגע יורידישע סיכסוכים צװישן דער ייִדישער קהילה און דעם שטאָטישן מאַגיסטראַט אין לעמבערג אינעם 17טן און 18טן יאָרהונדערט, װאָס האָבן ניט זעלטן געפֿירט צו פּאָגראָמען, װערן פּרטימדיק אַנאַליזירט אין מיראָן קאַפּראַלס אַרטיקל.
ייִדן זײַנען געװען גוט באַקאַנט צװישן זײערע פּױלישע און אוקראַיִנישע שכנים, אָבער װען אוקראַיִנע איז אַריבער אין רוסלאַנד, האָבן די רוסן לכתּחילה באַטראַכט די ייִדן פֿאַר אַן עקזאָטישן שבֿט. די רוסישע באַשרײַבונגען פֿון אוקראַיִנע פֿונעם 19טן יאָרהונדערט איז די טעמע פֿון טאַראַס קאָזנאַרסקיס אַרטיקל. אין יענער צײַט האָט זיך אױך אױפֿגעװעקט די אוקראַיִנישע נאַציאָנאַלע באַװעגונג, װאָס האָט באַדאַרפֿט אױספֿורעמען אַן אײגענע פּאָזיציע לגבי ייִדן.
די פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿון דעם דאָזיקן ענין באַהאַנדלען אַמעליאַ גלעזער, יאַראָסלאַװ טינטשענקאָ, מיקאָלאַ סאָראָקאַ, אַלעקסאַנדער מאָטיל און טאַראַס קורילאָ. מיראָסלאַװ שקאַנדרי נעמט זיך פֿאַרן סאַמע סענסיטיװן ענין, די פֿאַרגלײַכיקע געשיכטע צװישן דעם ייִדישן חורבן און דעם אוקראַיִנישן האָלאָדאָמאָר, דעם מאַסן־הונגער, װי אַ פּועל־יוצא פֿון דער סאָװעטישער קאָלעקטיװיזאַציע, װאָס האָט אומגעבראַכט מיליאָנען אוקראַיִנישע פּױערים אין 1931־1933.
די רײַכע און געשפּאַנטע געשיכטע פֿון די באַציִונגען צװישן ייִדן און אַנדערע פֿעלקער אױף דער טעריטאָריע פֿון דער הײַנטיקער אוקראַיִנע װעט נאָך לאַנג גורם זײַן הײסע װיכּוחים. עד־היום איז דער פֿאָקוס פֿון די היסטאָרישע חקירות און עפֿנטלעכע דעבאַטן אָנגעשטעלט געװען אױף די מערבֿדיקע טײלן פֿון דער הײַנטיקער אוקראַיִנע. דאָס נײַע זאַמלבוך איז אַ גוטער בײַשפּיל פֿון אַזאַ מין צוגאַנג. עס זײַנען כּמעט ניטאָ קײן אַרטיקלען, װאָס זײַנען ספּעציעל געװידמעט די מיזרחדיקע און דרומדיקע געגנטן, אַזעלכע װי אָדעס, דניפּראָפּעטראָװס, כאַרקעװ, װוּ ייִדן האָבן געשפּילט און שפּילן נאָך הײַנט אַ חשובֿע ראָלע. דער דאָזיקער קוקװינקל שפּיגלט אָפּ די הײַנטיקע עפֿנטלעכע און פּאָליטישע װיכּוחים אין אוקראַיִנע. מען נעמט אָן, אַז די „עכטע‟ אוקראַיִנע ליגט אין מערבֿ און אינעם צענטער — אין גאַליציע, װאָלין, פּאָדאָליע און אַרום קיִעװ, בעת מיזרח איז עפּעס אַנדערש, מער „רוסיש‟.
אַן אַנדערער סימן־מובֿהק פֿונעם הײַנטיקן מצבֿ פֿון אוקראַיִניש-ייִדישע שטודיעס איז אַ קנאַפּער אינטערעס צו ייִדיש. בלױז אײן אַרטיקל אינעם יאָרבוך האָט עפּעס צו טאָן מיט ייִדיש, אָבער בלױז אין דער נײַסטער תּקופֿה. עס זײַנען דאָ פֿאַראַן עטלעכע װאָגיקע פֿאָרשונגען װעגן דעם אימאַזש פֿון ייִדן אין דער רוסישער און אוקראַיִנישער ליטעראַטור, אָבער גאָר ניט װעגן אוקראַיִנע און אוקראַיִנער אין דער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור!
די קאַנאַדער היסטאָריקער האָואַרד אַסטער און פּיטער פּאָטיטשני, װאָס זײַנען געװען צװישן די ערשטע פֿאָרשער פֿון די באַציִונגען צװישן ייִדן און אוקראַיִנער, באַטאָנען, אַז די דאָזיקע טעמע רופֿט אַרױס אַ סך עגמת־נפֿש אױף בײדע זײַטן. דאָס עיקרדיקער צאַנק־עפּעלע בלײַבט עד־היום דער חורבן און די ראָלע פֿון אוקראַיִנער אינעם העלפֿן די נאַציסטן, פֿון אײן זײַט, און די באַטײליקונג פֿון ייִדן אין דער סאָװעטישער געהײם־פּאָליצײ, פֿון דער אַנדערער זײַט. אַסטער און פּאָטיטשני זײַנען גערעכט װען זײ זאָגן, אַז מען דאַרף טיפֿער פֿאָרשן די באַציִונגען אין ליטעראַטור, מוזיק, קונסט, אָבער װידער, מען רעדט דאָך, דער עיקר, װעגן דעם אוקראַיִנישן צד, און מע דערמאָנט ניט די „קולטור־ליגע‟, שױן אָפּגערעדט פֿון דער סאָװעטישער ייִדישער קולטור. די חשובֿע און אַקטועלע טעמע פֿון ייִדן אין אוקראַיִנע װאַרט אױף אַ נײַעם היסטאָרישן צוגאַנט, װאָס װעט, סוף־כּל־סוף, אָנערקענען, אַז אוקראַיִנע איז אַ לאַנד פֿון אַ סך פֿעלקער, און ייִדן געהערן צו דער געשיכטע פֿון אוקראַיִנע פּונקט אַזױ, װי די אוקראַיִנער, רוסן, פּאָליאַקן און אַנדערע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.