(די 2 טע זײַט פֿון 2)
האָב איך אים געדאַרפֿט דערקלערן, וואָס עס איז מיטלאַלטער, פֿונעם יאָר 300 ביז אַרום 1500, לויט דעם גוייִשן קאַלענדאַר. דאָס האָט אויף אים נישט געמאַכט דעם בעסטן אײַנדרוק.
איך האָב מיסטער גאָטליבן געגעבן צו פֿאַרשטיין וואָס איך וויל: אַן אַרבעט וווּ איך קען רעדן ייִדיש מיט די אַנדערע אַרבעטער. ער האָט געטראַכט אַ ביסל. „קענט איר אײַנפּאַקן באַטעריעס? איר קענט ברענגען אַ חבֿר, זיצן און שמועסן בשעת איר פּאַקט אײַן באַטעריעס‟.
יאָ, דאָס איז נישט שלעכט, האָב איך געמיינט. איך האָב באַקומען דעם אַדרעס פֿון דעם מאַגאַזין, מיסטער גאָטליב האָט מיר געזאָגט „זײַט געזונט‟, און איך האָב זיך פֿאָרגעשטעלט ווי שיין עס וועט זײַן אײַנצופּאַקן באַטעריעס אין אַ מאַגאַזין מיט חסידים.
ווען איך בין געקומען צו דעם מאַגאַזין, איז עס אָבער געווען אַן אַנטוישונג. דער מאַגאַזין איז געווען אין דער געגנט „ביי־רידזש‟, נישט אין באָראָ־פּאַרק אָדער וויליאַמסבורג. די אַרבעטער זענען געווען צום מערסטן טייל ישׂראלדיקע, און נישט קיין שיינהייטן. אַ גרויסער חסיד איז געווען דער אויפֿזעער. ער האָט געברומט באַפֿעלן, אָבער ער איז נישט געווען דער באָס. אויף אים האָב איך געדאַרפֿט וואַרטן אַ פּאָר מינוט, איידער ער איז אָנגעקומען אין זײַן גרויסן, שיינעם „עס יו־ווי‟. איך האָב געהערט ווי די ישׂראלים רעדן צווישן זיך — „מיסטער געלט‟ איז אָנגעקומען. ער האָט אָבער נישט געוואָלט רעדן מיט מיר. געשמועסט האָט ער מיט דעם אויפֿזעער. איך האָב געוואַרט אַליין אַ פּאָר מעטער ווײַטער. נאָכן שמועס איז דער גרויסער אויפֿזעער צוגעקומען צו מיר.
„דו ווילסט אַרבעטן דאָ?‟ האָט ער געפֿרעגט.
„יאָ‟.
„דאַן קום מיט מיר‟.
מיר האָבן זיך אויפֿגעהויבן מיט די טרעפּ און אַרײַן אין אַ קליין צימערל. דאָרט איז געזעסן אַ חסידישער בחור, פֿאַר אים איז געלעגן אַ באַרג באַטעריעס. ער האָט געשמייכלט און מיר געגעבן די האַנט.
„דו וועסט אַרבעטן מיט אים‟, האָט דער אויפֿזעער געזאָגט. „אָבער איין מינוט — איך דאַרף רעדן מיט אים. ווייט פֿאָר מי עט די דאָר‟. האָב איך ווײַטער געוואַרט, און געהערט דורך דער טיר, וואָס עס קומט פֿאָר אין דעם צימערל.
„ניין, דו האָסט נישט קיין אַנדער אַרבעט, נאָר אײַנפּאַקן באַטעריעס! עס מאַכט מיר ניט אויס, צי עס ווערט דיר נימאס. פּאַק אײַן די באַטעריעס!‟ האָט ער ממש געשריגן. אַ רחמנות אויף דעם יונגן חסידל, האָב איך געטראַכט. אוי, אפֿשר איז דאָס נישט פֿאַר מיר, אײַנפּאַקן באַטעריעס.
דער אויפֿזעער איז אַרויסגעקומען און האָט אָנגעהויבן אַ צווייטע רעדע. „איך בין דאָ דער שעף. דו טוסט וואָס איך זאָג. נײַן ביז פֿינף מאָנטיק ביז דאָנערשטיק‟.
„איך האָב אָבער אַ קלאַס בײַ ׳קאָלומביע׳ יעדן דאָנערשטיק פֿיר אַ זייגער, וועל איך דאַרפֿן אַוועקפֿאָרן פֿרי‟.
„נײַס טו מיט יו. העוו אַ גוד דיי‟ — מײַן שטעלע פֿאַרלוירן. איך בין אַהיימגעקומען קיין מאַנהעטן אָן אַרבעט, אָן ייִדיש־רעדערס.
איך בין אַ פּאָר מאָל צוריקגעקומען צו דער אַרבעט־פֿאַרמיטלונג זוכן עפּעס אַנדערש, אפֿשר לערנען ענגליש אין אַ ישיבֿה, אָבער מיסטער גאָטליב האָט מיר נישט געוואָלט העלפֿן. איך האָב קיין מאָל נישט באַקומען קיין שטעלע. הײַנט, אַז איך אַרבעט אין „פֿאָרווערטס‟, פֿרעג איך זיך נאָך — ווי וואָלט מײַן לעבן געווען אַנדערש, ווען איך וואָלט טאַקע געהאָלפֿן דעם אָרעמען בחור אײַנצופּאַקן באַטעריעס?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.