(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אַפֿילו „קאָקאַ־קאָלאַ‟ האָט געשאַפֿן די „פֿאַנטאַ‟, כּדי די דײַטשן זאָלן זיך דערקװיקן מיט „מאַראַנצן־זאַפֿט‟, אָן מאַראַנצן־עסענץ, װען עס איז געװען שװער צו באַקומען דעם אַמעריקאַנער עקספּאָרט; שוין אָפּגערעדט פֿון „פֿאָרד‟ און „סטאַנדאַרד־אויל‟. אויך דזשאָן דייווידסאָן ראָקעפֿעלער און דזשאָו קענעדי, פּרעסקאָט בוש (דער טאַטע און זיידע פֿון דעם פּרעזידענט), און פֿיל אַנדער באַקאַנטע פּערזענלעכקייטן האָבן געהאָלפֿן זייער דײַטשישן פֿרײַנד.
און װער הײַנט צו טאָג זײַנען היטלערס פֿרײַנד? דער ענטפֿער קומט אַליין, מען דאַרף בלויז איבערלייענען די קאָנסטיטוציע פֿון „כאַמאַס‟ פֿון 18טן אויגוסט 1988, װוּ זיי פֿאָדערן אומברענגען אַלע ייִדן. דער סירישער דיקטאַטאָר באַסאַר אַל־אַסאַד, װאָס האָט שוין דערהרגעט איבער הונדערט טויזנט סיריער, קען זיכער אַרײַנגענומען װערן אין אָט דער לאַנגער רשימה.
ס׳וועט נישט זײַן איבעריק אַרײַנצושטעלן אַהין די הײַנטיקע אייראָפּעיִשע אַנטיסעמיטן, װאָס לייקענען דעם חורבן; ווי אויך יענע, וואָס האָבן דערהרגעט אין פֿראַנקרײַך די אומשולדיקע קינדער אין טולוז, נאָר דערפֿאַר, װאָס זיי זײַנען געווען ייִדן. די נעאָ־נאַציס בושעווען כּסדר אין דײַטשלאַנד, און זינט דער פֿאַראייניקונג פֿון מיזרח און מערב האָט מען פֿאַררעגיסטרירט 152 קרבנות. די אַנטיסעמיטישע אויפֿשריפֿטן אויפֿן בערלינער מויער זײַנען נאָר אַ רינג אין דער לאַנגער קייט פֿון אַנטיסעמיטיזם.
נאָרמאַן פֿינקלשטיין, אין זײַן בוך „די אינדוסטריע פֿון חורבן‟; נועם כאָמסקי מיט זײַנע דערקלערונגען; ראָבערט פֿאָריסאָ — אַ פֿראַנצייזישער נאַצי, װאָס לייקנט די גאַז־קאַמערן װי אַ פּראָפּאַגאַנדע־מיטל פֿון ציוניזם פֿאַר דער גרינדונג פֿון מדינת־ישׂראל — זיי אַלע געהערן אויך צו אָט דער מחנה „גוטע פֿרײַנד‟.
קיין ערנסטע קאַנדידאַטן צו פֿאַרנעמען דאָס פּלאַץ פֿון היטלערס נײַע פֿרײַנד פֿעלן נישט אויס. איין מאָל האָט שוין די וועלט זיך געמאַכט כּלא־ידע, ווען די קוימענס פֿון אוישוויץ האָבן גערויכערט טאָג און נאַכט; די פֿראַגע איז, װי אַזוי באַקעמפֿט אונדזער הײַנטיקע דעמאָקראַטישע װעלט די סכּנה, װאָס לויערט נאָך אויף דער װעלט?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.