דעם פֿאַרגאַנגענעם דינסטיק האָט דער פּרינסטאָן־אוניווערסיטעט געמאָלדן, אַז מע וועט במשך פֿון די קומעדיקע פּאָר וואָכן אויפֿשטעלן אַן עירובֿ אַרום ס׳רובֿ פֿונעם קאַמפּוס, ווי אויך אַרום געוויסע טיילן פֿונעם אַרומיקן שטעטל פּרינסטאָן, ניו־דזשערזי, וואָס וועט דערמעגלעכן פֿרומע ייִדישע סטודענטן און אָנגעשטעלטע צו טראָגן זאַכן שבת.
אין אַ בריוו, וואָס דער אוניווערסיטעט האָט אַרויסגעשיקט צו אַלע סטודענטן אינעם פּרינסטאָן־„הילל‟, צו זייערע עלטערן און צו די ייִדישע אַדמיניסטראַטאָרן און פֿאַקולטעטן, האָט דער אוניווערסיטעט באַצייכנט דעם נײַעם שריט ווי „אַ באַווײַז פֿון פּרינסטאָנס איבערגעגעבנקייט צו אַ מולטי־קולטורעלער סבֿיבֿה און אַ סימן פֿון זײַן אויסערגעוויינטלעכער שטיצע פֿונעם ייִדישן לעבן אויפֿן קאַמפּוס‟.
די אינסטיטוציע אינוועסטירט טאַקע אַ סך אינעם ייִדישן רעליגיעזן לעבן פֿון די סטודענטן, האָט הרבֿ אַריאל פֿישער, דער דירעקטאָר פֿון אָרטאָדאָקסישע טעטיקייטן אין פּרינסטאָן, געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟. פּרינסטאָן פֿאַרמאָגט, למשל, דעם Center for Jewish Life, באַקאַנט ווי דער CJL — דער בנין, וווּ דער „הילל‟ געפֿינט זיך — און פּאַסט גוט אויף אויף אים. דער אוניווערסיטעט באַצאָלט אויך פֿאַרן משגיח פֿון די כּשרע מאָלצײַטן, וואָס האָבן דווקא זייער אַ גוטן שם בײַ די סטודענטן. „אַפֿילו נישט־ייִדישע סטודענטן קומען צו אונדז עסן די כּשרע מאָלצײַטן, ווײַל מע זאָגט, אַז ס׳איז דאָס געשמאַקסטע עסן אויפֿן קאַמפּוס!‟ האָט פֿישער באַמערקט.
די באַמיִונגען פֿון דער קאָלעדזש־אַדמיניסטראַציע צו באַפֿרידיקן די רעליגיעזע באַדערפֿענישן פֿון זייערע סטודענטן זעט מען אויך אין שײַכות מיט אַנדערע גלויבנס. פֿאַר די מוסולמענישע סטודענטן, למשל, האָט פּרינסטאָן אַרײַנגעשטעלט אַ ספּעציעלן פֿאָנטאַן, וווּ זיי קענען זיך אָפּוואַשן די הענט און פֿיס פֿאַר זייער תּפֿילה טאָן.
דאָס איז אַ ווײַטער שפּרונג פֿונעם צוגאַנג צו ייִדן און אַנדערע מינאָריטעטן, וואָס האָט אַ מאָל געהערשט אין פּרינסטאָן־אוניווערסיטעט, ווען מע האָט (ווי בײַ ס׳רובֿ פֿון די „אײַווי־ליג‟ קאָלעדזשן) שטאַרק באַגרענעצט די צאָל ייִדישע און שוואַרצע סטודענטן, וואָס זענען יעדעס יאָר אָנגענומען געוואָרן, און וווּ די פּרינסטאָן „וועטשערע־קלובן‟ האָבן אַרויסגעוויזן אַן אָפֿענעם אַנטיסעמיטיזם.
„וווּדראָ ווילסאָן [דער פּרעזידענט פֿון פּרינסטאָן פֿון 1902 ביז 1910] וואָלט זיך קיין מאָל נישט פֿאָרגעשטעלט, אַז מע וועט דאָרט אַמאָל אויפֿשטעלן אַן עירובֿ,‟ האָט זיך געוויצלט הרבֿ האַואַרד דזשאַכטער, אַן אָנגעזעענער רבֿ אין טינעק, ניו־דזשערזי, וועלכער האָט געהאָלפֿן פּרינסטאָן מיט די טעכנישע אַספּעקטן פֿון אויפֿשטעלן דעם עירובֿ.
הגם יעדער איז מסכּים, אַז דער ערובֿ וועט גרינגער מאַכן דאָס לעבן פֿאַר די ייִדן אין פּרינסטאָן, וואָס היטן שבת, איז אויך דאָ אַ פּאָטענציעלער חסרון, האָט באַמערקט מלכּה־לאה ווישוואַנאַט, אַ פֿרומע ייִדישע סטודענטקע, וואָס הייבט אָן איר דריט יאָר אין פּרינסטאָן (און איז אַ פּלימעניצע פֿון אַני הקטנה). „איך זאָרג זיך, אַז דער ערובֿ וועט שאַטן אונדזער קהילה, וואָס איז ביז איצט געווען זייער צענטרירט אינעם CJL אַ גאַנצן שבת. מיט אַן ערובֿ, וועט מען קענען פֿאַרברענגען שבת וווּ מע וויל, וועלן מיר מסתּמא, צום באַדויערן, פֿאַרלירן אַ ביסל פֿון אונדזער משפּחהדיקייט.‟
נישט געקוקט אויף פּרינסטאָנס אינטערעס צו העלפֿן די פֿרומע ייִדישע סטודענטן, איז דער ענין מיטן עירובֿ געווען מער קאָמפּליצירט ווי אַנדערע פּראָיעקטן, ווײַל די אָרטאָדאָקסישע קהילה אין פּרינסטאָן האָט געוואָלט, אַז די נײַע גרענעץ זאָל נישט בלויז אַרומנעמען דעם קאַמפּוס גופֿא, נאָר אויך אײַנשליסן די הײַזער פֿון חתונה־געהאַטע גראַדויִר־סטודענטן, וואָס האָבן זיך געפֿונען עטלעכע מײַל אַוועק. אָן אַן עירובֿ האָבן יענע נישט געקענט צושפּאַצירן צום קאַמפּוס שבת, ווײַל זיי האָבן נישט געקענט טראָגן אַ שליסל אָדער פֿירן זייערע קינדערלעך אין אַ וועגעלע. דער עירובֿ, וואָס ווערט איצט אויפֿגעשטעלט איז טאַקע זייער אַ גרויסער: 8 קוואַדראַט־מײַל.
מע האָט אויך געוואָלט אַרײַננמען די הײַזער פֿון געוויסע ייִדישע אײַנוווינער פֿונעם שטעטל, וואָס זענען בכלל נישט פֿאַרבונדן מיטן אוניווערסיטעט, אָבער האָבן ליב צו קומען שבת אויפֿן קאַמפּוס, כּדי צו דאַוונען אינעם CJL.
אין 2010, האָט הרבֿ דוד וואָלקנפֿעלד, דער דעמאָלטדיקער דירעקטאָר פֿון אָרטאָדאָקסישע טעטיקייטן אין פּרינסטאָן, און דער ערשטער פֿאָרצולייגן דעם אוניווערסיטעט אויפֿצושטעלן אַן עירובֿ, אָנגעהויבן אויספֿאָרשן די מעגלעכקייטן. ער האָט דעם ענין אַרומגעשמועסט מיט די הויכע באַאַמטע פֿונעם אוניווערסיטעט, און זיי דערקלערט, אַז מע דאַרף נישט בויען אַ ווירקלעכע גרענעץ; אַז מע קען עס טאָן בלויז אויף אַ סימבאָלישן אופֿן: מאַכן אַ סימן אויף די שוין־עקזיסטירנדיקע טעלעפֿאָן־ און עלעקטריע־סלופּן און פּלויטן (אָדער אַפֿילו נאַטירלעכע טאָפּאָגראַפֿיע ווי טײַכן) פֿונעם שטעטל.
„נאָכן אויסהערן דעם פּלאַן, האָבן די באַאַמטע אויסגעדריקט זאָרג, אַז אַזאַ פּראָיעקט קאָן זײַן אַ סך צו טײַער, האָט וואָלקנפֿעלד געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟. זיי האָבן אויך נישט געוואָלט דענערווירן די מוניציפּאַליטעט און אָרטיקע אײַנוווינער — אַ זאַך, וואָס טרעפֿט זיך אָפֿט, ווען אינסטיטוציעס פּרוּוון אויפֿשטעלן אַן עירובֿ.
האָט דער אוניווערסיטעט געפּרוּווט אַנדערע מיטלען צו העלפֿן די סטודענטן שבת, בפֿרט בײַם קענען אַרײַנקומען אין זייער אינטערנאַט. צוליב דעם וואָס די טירן פֿון די אינטערנאַטן עפֿנט מען הײַנט מיט עלעטקראָנישע שליסלען — אַ זאַך, וואָס פֿרומע סטודענטן קענען שבת נישט טאָן, ווײַל דאָס ניצן עלעקטראָנישע מכשירים איז פֿאַרווערט — האָט דער אוניווערסיטעט אַראַנזשירט, אַז אַ גאַנצן שבת זאָלן די טירן פֿון די אינטערנאַטן זיך אויטאָמאַטיש אויפֿשליסן יעדע האַלבע שעה אויף צען מינוט, כּדי די פֿרומע זאָלן קענען אַרײַנגיין אין בנין.
„דערנאָך האָט מען זיך אָבער געכאַפּט, אַז דאָס קען שטערן דער זיכערהייט פֿון די אינטערנאַטן, ווײַל במשך פֿון יענע צען מינוט, וואָס מע לאָזט אַרײַן די פֿרומע ייִדן, קען אַ פֿרעמדער זיך אויך אַרײַנגנבֿענען,‟ האָט וואָלקנפֿעלד געזאָגט.
איז מען געפֿאַלן אויף אַ צווייטן פּלאַן: מע האָט געבויט „אַלט־מאָדישע‟ שלעסער אויף די טירן פֿון די פֿרומע סטודענטן, און זיי געגעבן נישט־עלעקטראָנישע שליסלען צו ניצן אויף שבת. איז אָבער געבליבן די פֿראַגע: ווי טראָגט מען אַ שליסל אין דרויסן, אַז ס׳איז נישטאָ קיין עירובֿ? האָט דער אוניווערסיטעט באַשטעלט פֿאַר יעדן סטודענט אַ מיטל ווי צו טראָגן שבת דעם שליסל אויף די קליידער — אַ זאַך, וואָס די תּורה דערלויבט יאָ.
די אַדמיניסטראַציע האָט זיך געוואָנדן צו די שלאָסערס פֿון אוניווערסיטעט מיטן אייגנאַרטיקן פּלאַן, און די בעל־מלאכות האָבן אויסגעפֿורמעט ספּעציעלע פּאַסיקן פֿאַר די מענער, וווּ דער שליסל דינט ווי דער שנאָל פֿון פּאַסיק; און אַ זילבערן האַלדזקייטל פֿאַר די פֿרויען, וווּ דער שליסל איז אײַנגעשמידט אין דער קייט. „דאָס איז געווען דאָס ערשטע מאָל, וואָס מע האָט געבעטן אונדזערע שלעסער צו שאַפֿן צירונג!‟ האָט דער דעקאַן פֿון רעליגיעזן לעבן, אַליסאָן באָדען, באַמערקט.
יענער פּלאַן האָט אָבער אויך נישט לאַנג געדויערט. צוליב דעם וואָס דער אוניווערסיטעט האָט געוואָלט אַליין דעקן די הוצאָות פֿון מאַכן די שבתדיקע המצאָות, איז עס פּשוט געוואָרן צו טײַער פֿאַר זיי. „צו מאַכן יעדעס זילבערן האַלדזקייטל האָט זיי אָפּגעקאָסט $100 אַ סטודענט,‟ האָט וואָלקנפֿעלד געזאָגט.
מיט דער צײַט האָט די אַדמיניסטראַציע אַליין אָנגעהויבן קלערן, אַז אפֿשר איז אַן עירובֿ פֿאָרט דער בעסטער פּלאַן. הרבֿ אליעזר בערקוסאָן, וואָס האָט מיט זײַן פֿרוי, אילאַנע, געדינט ווי די דירעקטאָרן פֿונעם CJL פֿון 2013־2015, האָט געזאָגט די באַאַמטע, אַז אַ סך פֿרומע גראַדויִר־סטודענטן האָבן באַשלאָסן נישט צו וווינען אין פּרינסטאָן, ווײַל ס׳איז נישטאָ קיין עירובֿ. „איך האָב זיי געזאָגט, אַז יענע סטודענטן האָבן זיך דערפֿאַר אַריבערגעצויגן אין מער ייִדישע קהילות אין ניו־דזשערזי, ווי הײַלאַנד־פּאַרק,‟ האָט בערקוסאָן געזאָגט. „אַוודאי, איז דאָס אַ זאַך, וואָס זיי ווילן אויסמײַדן.‟
וואָלקנפֿעלד האַלט אָבער, אַז אַ נאָך מער איבערצײַגנדיקעער פֿאַקטאָר פֿאַר די באַאַמטע איז דער פֿאַקט, אַז די אוניווערסיטעטן האַרוואַרד, קאָרנעל, יעל, קאָלאָמביע און דזשאָנס האָפּקינס האָבן אַלע שוין אַן עירובֿ. „ווען אַזוי פֿיל חשובֿע אינסטיטוציעס געפֿינען זיך אויף איין32 רשימה — האָט וואָלקנפֿעלד מיט אַ שמייכל געזאָגט — האָט פּרינסטאָן נישט ליב צו בלײַבן אין דרויסן.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.