דער מאָנטרעאָלער געשעפֿטסמאַן סטיוו מאַמאַן האָט געמאָלדן, אַז זײַנע ייִדישע וואָרצלען האָבן אים משפּיע געווען צו ראַטעווען קריסטלעכע און יאַזידישע קינדער פֿון „אײַסיס‟.
מאַמאַן איז דער גרינדער פֿון אַ פּראָיעקט, וואָס שטרעבט צו ראַטעווען די קינדער אין איראַק, וווּ עס באַדראָט זיי די סכּנה פֿאַרקויפֿט צו ווערן אין שקלאַפֿערײַ און באַלעסטיקט צו ווערן דורך די דזשיהאַדיסטישע מיליטאַנטן פֿון „אײַסיס‟. מאַמאַן זאָגט, אַז זײַן אָרגאַניזאַציע האָט שוין געראַטעוועט 128 מיידלעך און יונגע פֿרויען פֿון סעקסועלער שקלאַפֿערײַ.
דער 42־יאָריקער געשעפֿטסמאַן, אַ טאַטע פֿון זעקס קינדער, האָט איבערגעגעבן אויף דער קאַנאַדער טעלעוויזיע, אַז ער האָט באַשלאָסן צו גרינדן די אָרגאַניזאַציע, ווײַל זײַן פֿאָלק האָט איבערגעלעבט דעם חורבן. לעצטנס, האָבן די קריסטן און יאַזידיס, אָנהענגער פֿון אַן אייגנאַרטיקער קורדישער רעליגיע, געליטן פֿון די רדיפֿות מצד די עקסטרעמיסטן, וועלכע האָבן דערקלערט אַן אייגענעם „כאַליפֿאַט‟ אויף געוויסע שטחים פֿון סיריע און איראַק. מאַמאַן האָט געטענהט, אַז חדשים־לאַנג האָט ער געבעטן די אָרטיקע מענטשן אים העלפֿן „אויסקויפֿן‟ די פֿרויען, אָבער קיינער האָט נישט געהאָלפֿן.
לויט די באַריכטן, האָבן די מיליטאַנטן שוין פֿאַרכאַפּט עטלעכע טויזנט פֿרויען; אַ סך פֿון זיי האָט מען פֿאַרוואַנדלט אין סעקסועלע שקלאַפֿינס. מאַמאַן האָט זיך געטראָפֿן מיט עטלעכע פֿון די מיידלען און יונגע פֿרויען, וואָס ער האָט מיטן געלט באַפֿרײַט פֿון שקלאַפֿערײַ. דער געשעפֿטסמאַן האָט באַטאָנט, אַז דאָס געלט איז נישט געגאַנגען אויף אַ דירעקטן אופֿן צו „אײַסיס‟. לויט זײַנע ווערטער, אַרבעט ער מיט אַ גרופּע פֿאַרמיטלער, וואָס וווינען אין די געגנטן, וווּ עס בעלי־הבתּעווען די מיליטאַנטן. די פֿאַרמיטלער באַקומען דאָס געלט און פֿירן אויס זײַן מיסיע, כּדי צו „ראַטעווען יעדע נשמה, וואָס ווערט פֿאַררעכנט פֿאַר אַ גאַנצער וועלט‟.
קענאָן ענדרו ווײַט, וועלכער האָט ביז לעצטנס געדינט ווי אַ פּאַסטאָר אין איינעם פֿון די גרעסטע באַגדאַדער קלויסטערס, האָט זיך פֿאַרבונדן מיט מאַמאַן דורך זײַנע שליחים און געהאָלפֿן דעם געשעפֿטסמאַן צו פֿאַרשטיין די קאָמפּליצירטע נעץ פֿון איראַקישער שבֿטים־געזעלשאַפֿט.
שמועסנדיק מיט דער קאַנאַדער צײַטונג Toronto Star („דער טאָראָנטער שטערן‟), האָט ווײַט געמאָלדן, אַז מאַמאַן איז געוואָרן פֿאַר אים „ווי אַן עכטער ברודער‟, ווײַל ער איז געווען דער ערשטער, וועלכער האָט זיך אָפּגערופֿן אויף די אַפּעלן צו ראַטעווען די באַלעסטיקטע מיידלען. געוויסע מענטשן האָבן אַפֿילו באַצייכנט דעם קאַנאַדער טוער ווי אַ „ייִדישער שינדלער‟, פֿאַרגלײַכנדיק אים מיטן דײַטשישן פֿאַבריקאַנט אָסקאַר שינדלער, וועלכער האָט געראַטעוועט בערך 1,200 ייִדן פֿונעם חורבן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.