בעת אַ רעדע דאָנערשטיק אין אַ צווינטער אין מאָנאַקאָ, האָט דער פּרינץ פֿון מאָנאַקאָ, אַלבערט דער צווייטער, עפֿנטלעך געבעטן מחילה בײַ די ייִדן פֿאַר די אַקציעס פֿונעם קליין לענדל אויף דער פֿראַנצייזישער ריוויעראַ בעת דעם חורבן, האָט איבערגעגעבן די „איי־פּי‟.
מיט 73 יאָר צוריק, האָט די מאָנאַקאָ־פּאָליציי פֿאַרזאַמלט די ייִדן פֿון לאַנד און געגרייט זיי צום דעפּאָרטירן. אַ סך פֿון די ייִדן זענען געווען פּליטים, וועלכע זענען בכּיוון אַנטלאָפֿן קיין מאָנאַקאָ, ווײַל זיי האָבן געמיינט, אַז די נייטראַלע מלוכה וואָלט געווען פֿאַר זיי אַ מקום־מיקלט פֿון די נאַציס.
לויט דער „איי־פּי‟, האָבן די מאָנאַקאָ־אינסטאַנצן, אונטערן דרוק פֿון דער ווישי־רעגירונג פֿון נאַצי־אָקופּירטן פֿראַנקרײַך, דעם 27סטן און 28סטן אויגוסט 1942, צוגעגרייט פֿאַר דעפּאָרטאַציע בערך 66 ייִדן. בלויז 9 פֿון די ייִדן האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן.
בעת דער אונטערנעמונג דאָנערשטיק, האָט אַלבערט אויך אויפֿגעדעקט אַ מאָנומענט מיט די אײַנגאַוורירטע נעמען פֿון די דעפּאָרטירטע ייִדן.
אינעם עולם, זענען געשטאַנען די הויפּט־רבנים און אַנדערע ייִדישע כּלל־טוער פֿון מאָנאַקאָ, אַרײַנגערעכנט די נאַצי־יעגער סערזש און ביט קלאַרספֿעלד.
דאָס איז דאָס ערשטע מאָל, וואָס מאָנאַקאָ נעמט אָן דאָס אַחריות פֿאַר האָבן קאָלאַבאָרירט מיט די נאַציס בעת דעם חורבן, האָט אַ באַאַמטער פֿונעם פּאַלאַץ געזאָגט דער „איי־פּי‟.
„מיר זענען צופֿרידן מיט דער הײַנטיקער אונטערנעמונג, און מיטן פֿאַרלאַנג פֿון דער מלוכה אויסצופֿאָרשן און צו אָנערקענען איר ראָלע בעת די פֿינצטערע טעג פֿון דער נאַצי־אָקופּאַציע,‟ האָט דערקלערט דער פּרעזידענט פֿונעם „אייראָפּעיִשן ייִדישן קאָנגרעס‟, ד״ר משה קאַנטאָר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.