(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אין די 1980ער יאָרן האָט סאָניע זיך געטראָפֿן מיט אַן אַלטן שול־חבֿר, דעם מעלבורנער בונדיסט פּינחס (פּינטשע) װינער, װאָס איז געװען דער עלטערער ברודער פֿונעם באַקאַנטן כּלל־טוער בונעם (באָנאָ) װינער. אַ געוויסע צײַט האָט סאָניע פֿאַרבראַכט 6 חדשים אַ יאָר צוזאַמען מיט פּינטשען אין מעלבורן און 6 חדשים אין איר ניו־יאָרקער דירה. דערנאָך האָט זי זיך פֿולשטענדיק באַזעצט אין מעלבורן. סאָניע און פּינטשע פֿלעגן אַרומגעפֿאָרן איבער די שטעט, װוּ זײ האָבן געהאַט משפּחה און פֿרײַנד.
דאָ אין מעלבורן האָט סאָניע װידער אָנגעהויבן זינגען און רעציטירן ייִדישע לידער און איז געװאָרן טעטיק אינעם היגן געזעלשאַפֿטלעכן לעבן. זי איז יאָרן לאַנג געװען אַ פֿרײַװיליקע מיטאַרבעטערין פֿון דער „קדימה‟־ביבליאָטעק און האָט אָפֿט אויפֿגעטראָטן בײַ דער „קדימהס‟ מיטװאָך־קלוב פֿאַר עלטערע מיטגלידער.
סאָניע און פּינטשע האָבן אױפֿגעגעבן זײער הױז מיט 5 יאָר צוריק און זײַנען אַרײַן אין אַ מושבֿ־זקנים, װוּ סאָניע האָט נאָך אַלץ פֿאַרװײַלט אירע שכנים. כאָטש סאָניע און פּינטשע האָבן נישט געהאַט קײן אײגענע קינדער, האָבן זײ אַדאָפּטירט יונגע משפּחות און געשעפּט נחת פֿון זײערע „אײניקלעך‟ און די עלטערן זײערע.
פּינטשע װינער איז געשטאָרבן מיט צוויי־און־אַ האַלב יאָר צוריק. סאָניע איז געבליבן טעטיק ביז זי האָט געליטן פֿון דרײַ מוח־אַטאַקעס נאָך אַנאַנד. זי האָט נאָך אַלץ געשעפּט נחת פֿון אירע משפּחות ביזן טױט. כּבֿוד איר אָנדענק.
150 ביכלעך און דאָקומענטן, װעלכע דערצײלן װעגן די ערשטע יאָרן פֿון אױסטראַלישן ייִדנטום װערן ליציטירט אין ירושלים. צװישן די פּאַפּירן זײַנען בריװ פֿון די 1860ער יאָרן, געשריבענע פֿון די לאָנדאָנער רבנים, װעלכע האָבן געװאָלט העלפֿן די מעלבורנער ייִדן צו שאַפֿן די סטרוקטור פֿון אַן „עיר־ואם בישׂראל‟ אין דער נײַ־געגרינדעטער שטאָט. עס זײַנען אױך פֿאַראַן טעקסטן פֿון דרשות, עסײען, איינצלנע עקזעמפּלאַרן פֿון דער אױסטראַליש־ייִדישער פּרעסע און דאָקומענטן װעגן ייִדישע סאָלדאַטן, װעלכע האָבן געדינט אין דער אױסטראַלישער אַרמײ במשך פֿון דער ערשטער װעלט־מלחמה. די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.