אין מאַריבאָר, סלאָוועניע, איז די אָרטיקע היסטאָרישע שיל פֿאַררעכנט געוואָרן ווי אַ נאַציאָנאַלער קולטורעלער דענקמאָל.
פֿרײַטיק, דעם 28סטן אויגוסט, האָט די רעגירונג פֿון סלאָוועניע צוגעטיילט דער מאַריבאָרער שיל דעם סטאַטוס פֿון אַ וויכטיקן דענקמאָל פֿון דער נאַציאָנאַלער קולטור. אָנהייבנדיק פֿונעם יאָר 2011, האָט דער שיל־בנין פֿונקציאָנירט ווי דער סלאָווענישער צענטער פֿון ייִדישער קולטור־ירושה. די שיל האָט זיך געעפֿנט פֿון ס׳נײַ אינעם יאָר 2001; די שטאָטישע אַדמיניסטראַציע און די מלוכה האָבן באַצאָלט פֿאַר דער רעסטאַווראַציע פֿונעם אוראַלטן בנין.
די היסטאָרישע מאַריבאָרער שיל איז איינע פֿון די עלטסטע אָפּגעהיטע אין אייראָפּע, אויפֿגעשטעלט אינעם 14טן יאָרהונדערט אָדער אַפֿילו נאָך פֿריִער. אינעם יאָר 1501 האָט מען זי פֿאַרוואַנדלט אין אַ קלויסטער. ביזן סוף פֿונעם 18טן יאָרהונדערט האָט דער בנין געדינט ווי אַ קריסטלעך געבעט־הויז. אינעם 19טן יאָרהונדערט, האָט מען פֿאַרמאַכט דעם קלויסטער און פֿאַרוואַנדלט דעם אַלטן בנין אין אַ סקלאַד.
נאָך דער רעסטאַווראַציע, האָט זיך אינעם היסטאָרישן שיל־בנין געעפֿנט אַ קולטור־צענטער, סובסידירט פֿון דער אָרטיקער שטאָטישער אַדמיניסטראַציע און געווידמעט דער לאַנגער ייִדישער געשיכטע פֿונעם לאַנד, וווּ ייִדן האָבן געוווינט נאָך אין די רוימישע צײַטן, איידער די סלאַווישע אָבֿות פֿון די הײַנטיקע סלאָווענער האָבן זיך באַזעצט אינעם ראַיאָן.
די אַרכעאָלאָגן האָבן אַנטדעקט ייִדישע אַרטעפֿאַקטן אין מאַריבאָר, וואָס זענען פֿאַרבליבן פֿון דער רוימישער תּקופֿה. אין אַן אַנדער סלאָווענישער שטאָט, שקאָציאַן, האָט מען אויסגעגראָבן אַ מנורה פֿונעם 5טן יאָרהונדערט. הײַנט באַטרעפֿט די קליינע ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון סלאָוועניע, לויט פֿאַרשיידענע חשבונות, פֿון 400 ביז 1000 נפֿשות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.