פּרעזידענט אָבאַמאַ רעדט מיטן Forward

President Obama Speaks to the Forward


פֿון דזשיין אײַזנער (Forward)

Published September 01, 2015, issue of September 18, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

אָבאַמאַ האָט באַמערקט, אַז ס׳איז טאַקע מעגלעך, אַז אַ טייל פֿון די בערך $56 ביליאָן דאָלאַר, וואָס איראַן וועט באַקומען דורך דער אָפּשוואַכונג פֿון די סאַנקציעס, וועט דירעקט אָדער אומדירעקט פֿאַרבעסערן איראַנס מיליטערישע פֿעיִקייטן. „אָבער ווי איך האָב שוין אַ סך מאָל געזאָגט, איז איראַנס יערלעכער שוץ־בודזשעט בערך 15 ביליאָן דאָלאַר; די גאָלף־מלוכות גיבן אויס בערך 8 מאָל מער; דער ישׂראלדיקער קאָנווענציאָנעלער מיליטערישער כּוח איז אַ סך שטאַרקער ווי דער איראַנישער, און מע קען בכלל נישט פֿאַרגלײַכן דאָס איראַנישע מיליטער מיטן אַמעריקאַנער. דערפֿאַר איז דער ציל פֿון דעם אָפּמאַך צו פֿאַרזיכערן, אַז די איינציקע אמתע סכּנה — נוקלעאַרע וואָפֿנס אין איראַן — זאָל באַזײַטיקט ווערן.‟

„ווי עס איז זענען איראַנס דעסטאַביליזירנדיקע אַקציעס נישט פֿאַרבונדן מיט געלט,‟ האָט אָבאַמאַ געטענהט. „די אמתע פּראָבלעם איז נישט, אַז איראַן גיט אויס מער געלט פֿון אונדז, נאָר אַז זיי קענען אונדז ‘איבערכיטרעווען׳. מיר זענען ביז איצט נישט געווען אַזוי גוט־קאָאָרדינירט, אָדער געהאַט גענוג גוטע אויסשפּיר־אינפֿאָרמאַציע ווי מיר וואָלטן געדאַרפֿט האָבן.‟

איך האָב אויך געפֿרעגט אָבאַמאַ, וואָס קאָן זײַן אַדמיניסטראַציע טאָן צו היילן דעם שפּאַלט צווישן אים און נתניהו; וואָס קענען די ישׂראלדיקע פֿירער און די אַמעריקאַנער ייִדן טאָן וועגן דעם?

ער האָט נישט פֿאָרגעלייגט קיין מעגלעכע לייזונג, נאָר סתּם איבערגעחזרט דעם פֿאַקט, אַז אַמעריקע און ישׂראל האָבן נעענטערע מיליטערישע, זיכערהייט־, קאָמערציעלע און קולטורעלע באַציִונגען ווי אין יעדער אַנדערער תּקופֿה פֿון דער געשיכטע. ער האָט אויסגעדריקט אַ האָפֿענונג, אַז די ישׂראל־רעגירונג וועט — נאָך דעם ווי דער איראַן־אָפּמאַך וועט אונטערגעשריבן ווערן — אַליין פֿאָרלייגן, ווי אַזוי די צוויי מלוכות וועלן קענען נאָך נעענטער אַרבעטן צוזאַמען.

„ווען די טעלעוויזע־קאַמערעס וועלן ווײַזן דער וועלט, ווי די איראַנישע צענטריפֿוגעס ווערן אַרויסגעריסן; ווי דער באַרײַכערטער אוראַניום ווערט אַרויסגעשיקט פֿון איראַן; ווי אירע הויפּט־נוקלעאַרע אײַנריכטונגען ווערן געשלאָסן, און ווי די אינספּעקטאָרן פֿירן דורך עפֿעקטיווע אונטערזוכונגען — וועלן מענטשן קוקן אויפֿן אָפּמאַך מיט גאָר אַנדערע אויגן.‟