הײַיאָר מערקן מיר אָפּ די 100סטן יאָרצײַט פֿון י. ל. פּרצעס טויט.
די שטאָט זאַמאָשטש גרייסט זיך מיט איר באַרימטן בן-עיר יצחק לייבוש פּרץ. דעם 7טן אָקטאָבער עפֿנט זיך אַ קאָנפֿערענץ: „י. ל. פּרץ און זײַן סבֿיבֿה‟, טאַקע אין זאַמאָשטש און וואַרשע.
די אָרגאַניזאַטאָרן האָבן אײַנגעלאַדן פּראָפֿעסאָרן פֿון אַמעריקע, אייראָפּע און ישׂראל צו האַלטן לעקציעס וועגן פּרצן אין פֿאַרשיידענע קאָנטעקסטן: פּרץ און די ייִדישע פּרעסע, פּרץ אין ייִדישן טעאַטער, פּרץ און זאַמאָשטשט, וכדומה.
אַ גאַסט אין שטעטל. וואָס פֿאַר אַ שטעטל? באָבאָוו. ווער איז דער גאַסט? דער רבי, ר’ מרדכי דוד אונגער. ווי מיר ווייסן, זענען הײַנט די באָבאָווער חסידים, לא־עלינו, צעטיילט אויף צוויי מחנות. ר׳ מרדכי דוד אונגער, דערציילט מען אונדז, איז דער ראש פֿון דער מחנה פֿון דער שיל אויף דער 45סטער גאַס. ער איז געקומען פֿון ברוקלין מיט אַ גרויסער גרופּע חסידים אויף קבֿר-אָבֿות אין באָבאָוו. די סיבה: ער וועט באַלד, אין אַ גוטער מזלדיקער שעה, פֿירן זײַן טאָכטער צו דער חופּה. במילא דאַרף מען בעטן, און טאַקע אויף קבֿר-אָבֿות, פֿאַר געזונט און הצלחה פֿאַרן יונגן פּאָרפֿאָלק. אָמן, כן יהי רצון.
אַגניעשקאַ טראַטשעווסקאַ, אַ פּוילישע פֿאָטאָגראַפֿין, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט חסידים, באַטאָנט, אַז אַזאַ גרויסע גרופּע חסידים (מער ווי דרײַ הונדערט) האָט זי שוין לאַנג נישט געזען אין פּוילן.
דינסטיק, דעם 8טן אָקטאָבער, האַלט פּראָפֿעסאָר רות ווײַס אַ לעקציע וועגן פּרצן און דווקא אויף ענגליש PERETZ AND THE PURSUIT OF JUSTICE ווער וועט יאָ האַלטן לעקציעס אויף ייִדיש? איז אַזוי: אַנדרו פֿײַערסטאָן פֿון מעלבורן, אויסטראַליע, האַלט אַ לעקציע וועגן ישׂראל שטערן, דער וואַרשעווער פּאָעט און זשורנאַליסט, געבוירן אין 1919 און אומגעקומען אין יאָר 1942. מרים טרין קומט מיט אַ לעקציע, „די גאָלדענע קייט ווי א קאָנצעפּט פֿון תּיקון — אַבֿרהם סוצקעווערס וואַקסנדיקע באַציִונג צו י. ל. פּרצן‟; יאַן שוואַרץ האָט אויסגעקליבן אַן ענלעכע טעזע: „פּרצעס ‘גאָלדענע קייט’ און סוצקעווערס חורבן־דערציילונגען‟.
דער ייִדישער טעאַטער אין וואַרשע איז מסתּמא דער איינציקער טעאַטער אויף דער וועלט, וואָס האָט לעצטנס געשפּילט (אַגבֿ, מיט דערפֿאָלג) פּרצעס בעסטע פּיעסע „בײַ נאַכט אויפֿן אַלטן מאַרק‟. אַ שאָד, וואָס מען האָט אים ניט פֿאַרבעטן צו שפּילן אין ראַמען פֿון דער קאָנפֿערענץ.
אַ מוראַדיקע טריקעניש הערשט הײַיאָר אין פּוילן. דער טײַך ווײַסל איז די טעג אַ סך נידעריקער און שמעלער ווי אַמאָל. אַ רוסישער עראָפּלאַן פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה אין איינעם מיטן טויטן פּילאָט, אַזוי ווי אַ צאָל ייִדישע מצבֿות, וואָס זענען געלעגן ביז איצט אונטערן וואַסער, זענען מיט אַ מאָל אַנטפּלעקט געוואָרן.
די ווײַסל, וואָס איז 651 מײַל אָדער 1047 קילאָמעטער לאַנג, איז נאָך קיין מאָל נישט געווען אַזוי אײַנגעשרומפּן ווי דעם זומער. דעם סאָוועטישן עראָפּלאַן האָט מען אַריבערגעטראָגן אין אַ מוזיי.
די מצבֿות שטאַמען מסתּמא פֿונעם ברודנאָ בית-עולם אין וואַרשע. דזשאָני דניאלס פֿון דער פֿונדאַציע „ממעמקים‟ האָט בדעה אויפֿצושטעלן די מצבֿות צוריק אויפֿן ברודנער בית-עולם.
דער ברודנער בית־עולם האָט געהאַט פֿאַר דער מלחמה דרײַ הונדערט טויזנט קבֿרים. אַ סך מצבֿות האָבן די דײַטשן, און נאָך זיי — די פּאָליאַקן, גענוצט פֿאַר פֿאַרשיידענע בוי-אַרבעטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.