די שילן מוזן, קודם־כּל, באַזאָרגן אינוואַלידן

How Synagogues Can Prioritize Disability Inclusion


פֿון דזשיי רודערמאַן* (Forward)

Published September 02, 2015, issue of September 18, 2015.

הײַנט, ווען די ימים־נוראָים זענען שוין אויף דער שוועל, טראַכטן די ייִדן אַרום דער וועלט, ווי אַזוי צו ווערן אַ בעסערער מענטש, צו פֿירן אַ מער באַדײַטפֿול לעבן, און צו ברענגען מער קדושה און אַהבֿת־רעים אין די שילן.

במשך פֿון אַ סך יאָר, שטרעב איך אײַנצושליסן מער אינוואַלידן אינעם קהילה־לעבן. כ׳האָב באַמערקט, אַז ווען די רבנים אָדער כּלל־טוער באַטראַכטן די דאָזיקע פּראָבלעם, הערט מען זיך צו צו זייערע ווערטער דווקא פֿאַר די ימים־נוראָים. ליז אָפֿען, די דירעקטאָרין פֿון דער אָרגאַניזאַציע „יחד‟ אין נײַ־ענגלאַנד, פֿאַרבונדן מיטן „אָרטאָדאָקסישן פֿאַרבאַנד‟, האָט באַמערקט, אַז די ימים־נוראָים זענען באַזונדערס מסוגל צוצוציִען דעם אויפֿמערק צו דעם: ווי אַזוי קאָן אַ טויבער מענטש מקיים זײַן די מיצווה פֿון תּקיעת־שופֿר? וואָס זאָל מען טאָן, אַז די דאָקטוירים פֿאַרווערן עמעצן צו פֿאַסטן יום־כּיפּור?

אין אַ טייל פֿאַלן, איז גאַנץ קלאָר, וואָס מע דאַרף טאָן. מע קאָן אָפּדרוקן סידורים מיט גרעסערע אותיות פֿאַר די מתפּללים, וואָס לײַדן פֿון אַ שלעכטער ראיה; אַרײַנברענגען די טעכנאָלאָגיעס, וואָס דערמעגלעכן אַ טויבן מענטש צו הערן; צו דערקלערן די אַנדערע מתפּללים, אַז מע מוז זיך באַציִען צו די אינוואַלידן מיט דרך־ארץ און באַזאָרגן זייערע באַדערפֿענישן; ווען מע בויט אַ שיל, צו האָבן אין באַטראַכט די אינוואַלידן אויף רעדער־שטולן; צו שאַפֿן אַ ספּעציעלן קאָמיטעט, וואָס זאָל זיך פֿאַרנעמען מיט די דאָזיקע ענינים און צוטראַכטן נײַע אופֿנים, ווי אַזוי מע זאָל דערמעגלעכן די אינוואַלידן צו באַטייליקן זיך אין אַלע אַספּעקטן פֿונעם קהילה־לעבן.

ס׳איז אָבער אויך וויכטיק פֿאַר די ייִדישע מנהיגים צו שאַפֿן אין די שילן אַן אַטמאָספֿער, וווּ מע זאָלן אַלעמאָל האָבן אין זינען די אינוואַלידן. עד פֿרים, אַ ספּעציאַליסט אינעם דאָזיקן געביט פֿון דער „פֿאַראייניקטער קאָנסערוואַטיווער סינאַגאָגע‟, האָט באַמערקט, אַז ס׳איז נישט גענוג צו באַזאָרגן די אינוואַלידן מיט זייערע ספּעציפֿישע באַדערפֿענישן. מע מוז שאַפֿן סבֿיבֿות, וווּ זיי פֿילן זיך אינגאַנצן גלײַך און פֿולבאַרעכטיקט.

הרבֿ טשעסעס פֿון דער טאָראָנטער שיל „שערי שמים‟ דערמאָנט זיך אינעם חידוש־מאָמענט, ווען ער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז אַן אינוואַליד איז נישט בלויז אַ „נעבעך‟, וואָס נייטיקט זיך אין הילף, נאָר פּונקט אַזאַ נאָרמאַלער מענטשן, ווי די אַנדערע מתפּללים. דער דאָזיקער רבֿ האָט אײַנגעפֿירט אַ צאָל ספּעציעלע ענדערונגען אין זײַן שיל פֿאַר די אינוואַלידן. אַזאַ צוגאַנג קאָן טאַקע העלפֿן צו פֿאַרוואַנדלען די שיל פֿון אַ קהילה, וווּ עס פֿאַרזאַמלט זיך אַן ייִדישער ציבור, אין אַן הייליק אָרט אינעם עכטן זין פֿון וואָרט.


דזשיי רודערמאַן איז דער פּרעזידענט בײַ דער „פֿונדאַציע פֿון משפּחה רודערמאַן‟, וואָס פֿאָקוסירט זיך אויפֿן אײַנשליסן די אינוואַלידן אין אונדזער געזעלשאַפֿט. דעם 1טן און 2טן נאָוועמבער, וועט זײַן אָרגאַניזאַציע דורכפֿירן דעם יערלעכן צוזאַמענפֿאָר אין באָסטאָן.