דער „נײַער ייִדישער רעפּערטואַר־טעאַטער‟ האָט לעצטנס אַנאָנסירט, אַז די טרופּע וועט פֿאָרשטעלן אַרטור מילערס באַקאַנטע פּיעסע „טויט פֿון אַ סיילסמאַן‟ אין דער ייִדישער איבערזעצונג פֿון יוסף בולאָף. די איבערזעצונג איז געווען אַ שלאַגער אין אַרגענטינע אין דער זעלביקער צײַט וואָס די אָריגינעלע פּיעסע האָט געשפּילט אויף בראָדוויי. די פּרעמיערע איז פֿאָרגעקומען מיט איבער 60 יאָר צוריק.
די הויפּט־ראָלע פֿון ווילי לאָמאַן שפּילט אַבֿי האָפֿמאַן; דער קלעזמער־מוזיקער און אַקטיאָר דניאל קאַהן וועט שפּילן זײַן זון „ביף‟. שיין בייקער וועט מען זען אין דער ראָלע פֿון טשאַרלי, אַ שכן און חבֿר פֿון ווילי לאָמאַן, און די אַקטריסע סוזאַן טאָרען שילדערט לאָמאַנס פֿרוי לינדאַ. די אַנדערע אַקטיאָרן, וואָס זענען באַטייליקט אין דער פּראָדוקציע זענען: לעוו האָראָוויץ, אַריאל בעט, איימי קאָלמאַן, איצי פֿײַערסטאָון, אילן קוויטקען, בן רויזנבלאַט, שיינע שמיט און אָדם שאַפּיראָ.
די פֿאָרשטעלונג וועט אויפֿגעפֿירט ווערן אינעם „קאַסטילאָ־טעאַטער‟ אין מאַנהעטן אונטערן רעזשי פֿון משה יאַסור פֿונעם 8טן אָקטאָבער ביזן 22סטן נאָוועמבער. די בילעטן, וואָס קאָסטן 50$ דאָלאַר, קען מען באַשטעלן דורכן באַזוכן //www.castillo.org/salesman-2015/ אָדער דורכן אָנקלינגען 4111—811—866.
די פּראָגראַם אין ייִדישע לימודים בײַם „קאָרנעל־אוניווערסיטעט‟, צוזאַמען מיטן ניו־יאָרקער „נײַעם ייִדישן רעפּערטואַר־טעאַטער‟ און די פּראָגראַם אין ייִדישע לימודים בײַם „איטאַקער קאָלעדזש‟ אָרגאַניזירן אַ דרײַ־טאָגיקן פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישן טעאַטער. דער פֿעסטיוואַל וועט אַרײַננעמען דרײַ טעאַטער־פֿאָרשטעלונגען:
דינסטיק, דעם 8טן סעפּטעמבער, 6 אַזייגער אין אָוונט, וועט מען ווײַזן דעם פֿילם „ייִדישע גליקן‟ מיט שלמה מיכאָעלס. נאָכן פֿילם וועט דוד מאַנדעלבאַום פֿאָרשטעלן די פּיעסע „יאָסל ראַקאָווער רעדט צו גאָט‟. דער אָוונט, וואָס וועט פֿאָרקומען אינעם „קאָרנעל־סינעמאַ‟, איז בחינם.
מיטוואָך, דעם 9טן סעפּטעמבער, 7:30 אין אָוונט, וועט דער „ניו־ייִדיש רעפּ‟ פֿאָרשטעלן זײַן פּיעסע „דער עסענץ: אַ ‘דים־סום’ פֿון ייִדישן טעאַטער‟ מיט יעלענע שמולענסאָן און אַלען ריקמאַן. די פֿאָרשטעלונג וועט פֿאָרקומען אינעם „טעאַטער א׳׳נ פֿון האָרנער‟ בײַם „דילינגהאַם־צענטער‟ אויפֿן קאַמפּוס פֿון „קאָרנעל‟. די בילעטן זענען בחינם פֿאַר סטודענטן און קאָסטן 5$ דאָלאַר פֿאַרן ברייטערן עולם. נאָך אינפֿאָרמאַציע: קלינגט אָן: 3252—274—607 אָדער שרײַבט yiddishdimsum@gmail.com.
דאָנערשטיק, דעם 10טן סעפּטעמבער, 7:30 אין אָוונט, וועט מען פֿאָרשטעלן סאַמיועל בעקעטס פּיעסע „וואַרטנדיק אויף גאָדאָ‟ אין דער ייִדישער איבערזעצונג פֿון שיין בייקער. די פֿאָרשטעלונג, אינעם „קיפּלינגער־טעאַטער‟ בײַם „צענטער פֿאַר פֿאָרשטעלונגס־קונסט א״נ פֿון שוואַרץ‟ אויפֿן קאַמפּוס פֿון „קאָרנעל‟, קאָסט 11$ פֿאַר סטודענטן און קינדער, און 13$ פֿאַר דערוואַקסענע. כּדי צו קויפֿן בילעטן באַזוכט: www.schwartztickets.com.
דער „אַרבעטער־רינג‟ אין ניו־יאָרק אָרגאַניזירט אַ ריי אַוואַנסירטע קורסן אויף ייִדיש, וואָס ווערן געלערנט דורך דער אינטערנעץ. די קלאַסן וועלן דויערן פֿונעם 14טן אָקטאָבער ביז סוף־דעצעמבער.
יעדן מיטוואָך, 6:30 אין אָוונט, וועט קאָליע באָראָדולין לערנען אַ קלאַס וועגן באַקאַנטע ייִדישיסטישע פּערזענלעכקייטן פֿון אַמאָל, הײַנט און מאָרגן. יעדן מאָנטיק, 6:30 אין אָוונט, וועט אַבֿרהם ליכטענבוים לערנען אַ קלאַס וועגן דעם, ווי אַזוי מע האָט באַשריבן שלום־עליכם און „דער טונקעלער‟ אין דער ייִדישער פּרעסע.
יעדן מיטוואָך, 1 אַזייגער נאָכמיטאָג, וועט אַבֿרהם ליכטטענבוים לערנען אַ קלאַס „ייִדישע שרײַבער פֿון ‘א’ ביז ‘י’‟, וואָס וועט זיך פֿאָקוסירן אויף די ווערק פֿון 10 ווייניק־באַקאַנטע ייִדישע שרײַבער, וואָס זייערע נעמען הייבן זיך אָן מיט די ערשטע 10 אותיות פֿונעם אַלף־בית.
יעדן מאָנטיק, 1:30 נאָכמיטאָג, וועט יצחק ניבאָרסקי לערנען אַ קלאַס וועגן די משלים פֿון אליעזר שטיינבאַרג.
נאָך אינפֿאָרמאַציע וועגן די קורסן: קלינגט אָן 6800—889—212, צוגאָב־נומער 806, אָדער באַזוכט: https://circle.org/what-we-do/yiddish-language/fall-2015-yiddish-class-descriptions/.
דער „נײַער ייִדישער רעפּערטואַר־טעאַטער‟, צוזאַמען מיטן „אַרבעטער־רינג‟ אין ניו־יאָרק, האָבן לעצטנס אַנאָנסירט, אַז זיי אָרגאַניזירן אַ טעאַטער־וואַרשטאַט, וואָס וועט אויך דינען ווי אַ שפּראַך־קלאַס, וווּ די סטודענטן קענען פֿאַרבעסערן זייער ייִדיש. דער קלאַס, וואָס וועט זיך טרעפֿן יעדן זונטיק, פֿון 5 ביז 8 אַזייגער אין אָוונט, פֿונעם 11טן אָקטאָבער ביזן 24סטן יאַנואַר, ווערט אָנגעפֿירט דורך דוד מאַנדעלבאַום, משה יאַסור און שיין בייקער, צוזאַמען מיט ייִדיש־לערער פֿונעם „אַרבעטער־רינג‟. נאָך אינפֿאָרמאַציע: קלינגט אָן 6800—889—212, צוגאָב־נומער 806, אָדער באַזוכט: https://circle.org/what-we-do/yiddish-language/fall-2015-yiddish-in-person-class-descriptions/.
דעם 28סטן סעפּטעמבער הייבן זיך אָן אַ ריי אַוואַנסירטע קורסן אויף ייִדיש וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור אין דער „מעדעם־ביבליאָטעק‟ אין פּאַריז.
פֿאַר סטודענטן אויפֿן 4טן ניוואָ וועט אַהרן וואַלדמאַן לערנען אַ קורס וועגן הומאָר אין דער ייִדישער ליטעראַטור. דער קלאַס, וואָס טרעפֿט זיך יעדן מאָנטיק, 2 אַזייגער נאָכמיטאָג, וועט באַטראַכטן ווי אַזוי דער ייִדישער הומאָר ווערט אָפּגעשפּיגלט אין די ווערק פֿון „דער טונקעלער‟, איציק מאַנגער און משה נאַדיר. יעדן מיטוואָך, 7 אַזייגער אין אָוונט, וועלן נאַטאַליע קריניצקאַ און אַהרן וואַלדמאַן אָנפֿירן מיטן זעלביקן קורס. פֿאַר אַוואַנסירטע סטודענטן:
מאָריס גלאַזמאַן און זשאַן ספּעקטאָר וועלן לערנען אַ קלאַס וועגן יצחק באַשעוויס־זינגערס ביכל זכרונות, „מײַן טאַטנס בית־דין שטוב‟. דער קלאַס וועט זיך צונויפֿקומען יעדן צווייטן מאָנטיק, 2 אַזייגער נאָכמיטאָג. אין די וואָכן, אין וועלכע מע וועט ניט לערנען דעם קלאַס וועגן באַשעוויסן, וועט נאַדיאַ דעהאַן־ראָטשילד לערנען אַ קלאַס וועגן די ווערק פֿונעם פּאָעט לייב נײַדוס.
יעדן דינסטיק, 6:30 אין אָוונט, וועט נאַטאַליע קריניצקאַ אָנפֿירן מיט אַ קלאַס וועגן דעם סטיל און דער אידיאָמאַטיק אין די דערציילונגען פֿון „דער נסתּר‟ און חיים גראַדע.
יעדן דאָנערשטיק, 2 אַזייגער נאָכמיטאָג, וועט רובי מאָנעט לערנען אַ קלאַס „די פֿאַמיליע זינגער‟.
יצחק ניבאָרסקי וועט לערנען אַ קלאַס וועגן העברעיִזמען אין די ווערק פֿון י. ל. פּרץ און שלום־עליכם. דער קלאַס וועט זיך טרעפֿן יעדן דינסטיק, 4 אַזייגער נאָכמיטאָג. יעדן דאָנערשטיק אין דער זעלביקער צײַט וועלן יצחק ניבאָרסקי און טל חבֿר־כיבאָווסקי לערנען אַ קלאַס וועגן דער „צאינה־וראינה‟.
נאָך אינפֿאָרמאַציע וועגן די קורסן, באַזוכט: //yiddishweb.com/.
דער „מעדעם־צענטער/אַרבעטער־רינג‟ אין פּאַריז (וואָס מע דאַרף ניט פּלאָנטערן מיט זײַן שכן, די „מעדעם־ביבליאָטעק‟), פֿירט אָן מיטן „צענטער פֿאַר ייִדישע שפּראַכן און קולטורן‟, וואָס לערנט פֿיר ייִדישע שפּראַכן: העברעיִש, דזשודעזמאָ, ייִדיש־אַראַביש און ייִדיש. די קלאַסן הייבן זיך אָן דעם 28סטן סעפּטעמבער.
נאָך די ייִדיש־קלאַסן אויף 5 ניוואָען וועט מען אויך לערנען אַ ריי קורסן אויף ייִדיש פֿאַר אַוואַנסירטע סטודענטן: בתיה בלום וועט לערנען אַ קלאַס וועגן דעם ביכל זכרונות פֿון יצחק באַשעוויס־זינגער, „אין מײַן טאַטנס בית־דין־שטוב‟. די קלאַסן וועלן פֿאָרקומען יעדן מאָנטיק, 2 אַזייגער נאָכמיטאָג.
מישעל טויבער וועט אָנפֿירן מיט אַ וואַרשטאַט וועגן די לשון־קודשדיקע ווערטער אין די ווערק פֿון יצחק באַשעוויס־זינגער (יעדן צווייטן דאָנערשטיק, 10 אַזייגער אין דער פֿרי).
ארץ לוי וועט אָנפֿירן מיט אַ וואַרשטאַט וועגן די ווערק פֿון שלום־עליכם, י. ל. פּרץ, איציק מאַנגער און ב. שלעווין (יעדן דינסטיק, 6 אַזייגער אין אָוונט).
בערל ווײַסברויט וועט אָנפֿירן מיט אַ וואַרשטאַט וועגן יהושעס איבערזעצונג פֿונעם תּנך (יעדן צווייטן מיטוואָך, 9:30 אין דער פֿרי). נאָך אינפֿאָרמאַציע: www.centre-medem.org.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.