די וואָך איז באַקאַנט געוואָרן דער נאָמען פֿון דעם נײַעם אַמבאַסאַדאָר פֿון מדינת־ישׂראל אין רוסלאַנד. דאָס וועט זײַן צבֿי חפֿץ, אַ געוועזענער אָפֿיצער פֿון מיליטערישער אויסשפּיר־דינסט, יוריסט, געשעפֿטסמאַן און דיפּלאָמאַט. ער וועט אָנקומען קיין מאָסקווע באַלד ווי עס וועט זיך ענדיקן זײַן קאַדענץ ווי אַ ישׂראל־אַמבאַסאַדאָר אין ווין.
דעם ערשטן סעפּטעמבער האָט זיך אָנגעהויבן אַ נײַ לערן־יאָר אין אַלע רוסלענדישע שולן. פֿאַר ייִדישע שולן פֿון מאָסקווע וועט דאָס קומעדיקע יאָר זײַן נישט קיין לײַכטס. די מלוכה האָט בדעה אײַנצופֿירן אַ סטאַנדאַרט פֿאַר אַלע שולן און אוניפֿיצירן די לערן־פּראָגראַם. דאָס באַדראָט אויך די ייִדישע מלוכישע שולן, ווײַל זיי קענען פֿאַרלירן זייער ייִדישע אידענטיטעט: עס וועלן זײַן גאָר ווייניק לעקציעס פֿון העברעיִש, ייִדישער געשיכטע און טראַדיציע, מע וועט ניט קענען מאַכן קאַניקולן בעת די יום־טובֿים און האַלטן כּשרות אין שול, ווײַל די גאָרקיכן מוזן פֿון דעם יאָר אומבאַדינגט באַשטעלן דאָס עסן נאָר אין מלוכישע שפּײַז־אַנשטאַלטן.
אין „באַזונדערע שולן‟ וועט די מלוכה שיקט אויף אַרבעט אירע אייגענע קאַדרען. ס’איז באַפֿרײַט געוואָרן פֿון זײַן שטעלע דער דירעקטאָר פֿון איינער פֿון די צוויי בעסטע מלוכישע ייִדישע שולן אין מאָסקווע — גריגאָרי ליפּמאַן; אויף זײַן שטעלע איז באַשטימט געוואָרן אַ נײַער דירעקטאָר, וואָס האָט ניט צו טאָן מיט קיין ייִדישקייט. אין אַזעלכע אומשטאַנדן ווערן שטאַרקער די ייִדישע פּריוואַטע שולן. בכלל, זענען די פּריוואַטע שולן אין רוסלאַנד נישט אָנגענומען, און דער בילדונג־ניוואָ אין כּמעט אַלע פֿון זיי איז זייער נידעריק. אָבער פֿאַר ייִדן, וואָס ווילן, אַז זייערע קינדער זאָלן באַקומען אַ רעליגיעזע ייִדישע דערציִונג, און וואָס האַלטן ניט פֿון דעם ניוואָ פֿון קענען מאַטעמאַטיק, רוסיש און אַנדערע אַלגעמיינע לימודים, זענען די פּריוואַטע ייִדישע שולן אַן אויסוועג. אין מאָסקווע זענען דאָ עטלעכע פֿרומע שולן, און דאָס יאָר האָט זיך געעפֿנט נאָך איינע, „שלום‟, פֿאַר מיידלעך, וואָס געהערט צום רוסישן חב״ד.
נאָך אַ ידיעה פֿון מאָסקווע. דעם 1טן סעפּטעמבער האָט זיך אָנגעהויבן דער צווייטער ישׂראלדיקער קינאָ־פֿעסטיוואַל „קינאָלע‟, אָרגאַניזירט דורך דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע, גילדיע פֿון קינאָ־רעזשיסאָרן פֿון רוסלאַנד און דעם פֿאַרבאַנד פֿון רעזשיסאָרן. דער נאָמען פֿונעם פֿעסטיוואַל באַשטייט פֿון צוויי ווערטער, „קינאָ‟ און „עולה‟, און עס ווערן דעמאָנסטרירט פֿילמען וועגן ישׂראל, וואָס זייערע רעזשיסאָרן און אַקטיאָרן האָבן אַ מאָל עולה געווען פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. דער אײַנטריט איז פֿרײַ.
די וויכטיקסטע ידיעות קומען די וואָך אָן פֿון סאַנקט־פּעטערבורג. דאָרטן, אין די ראַמען פֿון דעם פּעטערבורגער אינטערנאַציאָנאַלן עקאָנאָמישן פֿאָרום איז פֿאָרגעקומען אַ קבלת־שבת. אָרגאַניזירט האָבן עס דער פּרעזידענט פֿון רוסלענדישן ייִדישן קאָנגרעס יורי קאַנער און פֿון פּעטערבורגער קאָנגרעס־אָפּטייל מיכאַיִל מירילאַשווילי. צום קבלת־פּנים האָט מען פֿאַרבעטן גאָר חשובֿע געסט, בתוכם שמעון פּערעס, דיפּלאָמאַטן, פֿאָרשטייער פֿון שטאָטישער מאַכט, ייִדישע געשעפֿטס־לײַט. די אידעע פֿון דעם קבלת־שבת, ווי אַ טייל פֿון דער פּראָגראַם, האָבן די אָרגאַניזאַטאָרן פֿונעם פּעטערבורגער פֿאָרום גענומען בײַ דעם עקאָנאָמישן פֿאָרום אין דאַוואָס.
די טעג איז קיין פּעטערבורג געקומען מיט אַ וויזיט דער פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישע לימודים, מחבר פֿון „פֿאָרווערטס‟ גענאַדי עסטרײַך. מיטוואָך דעם 2טן סעפּטעמבער טרעפֿט ער זיך מיט די פּעטערבורגער פֿאָרשער און חסידים פֿון ייִדיש אין ייִדישן קהילה־צענטער. ער האַלט אָפּ אַ רעפֿעראַט אויף דער טעמע, „באָריס קלעצקין, דער ייִדישער פֿאַרלעגער פֿון ווילנע‟, און שטעלט פֿאָר זײַן נײַ בוך, וואָס איז דערשינען דעם זומער אויף רוסיש, „דאָס ייִדישע ליטעראַרישע לעבן אין מאָסקווע, 1917-1991‟. פֿון אַלע רוסישע שטעט פֿאַרמאָגט דווקא פּעטערבורג די גרעסטע קהילה פֿון ייִדיש־רעדער, אין תּוך יונגע מענטשן, וואָס האָבן זיך אויסגעלערנט ייִדיש. אין קיין אַנדער אָרט אין רוסלאַנד וואָלט זיך ניט געלייגט אויפֿן שׂכל צו אָרגאַניזירן אַ לעקציע אויף ייִדיש אָן אַ רוסישער איבערזעצונג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.