(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אויסער דער איינציקער דערמאָנונג פֿון די ראָשי-תּיבֿות JDL, ווערט ווײַטער גאָרנישט נישט געזאָגט וועגן דעם ענין. שטעלט זיך די פֿראַגע, וויפֿל מענטשן ווייסן הײַנט צו טאָג, וואָס העלער איז אויסן מיט „JDL‟, אָן קיין שום דערקלערונג?
די וואָס הערן עס צום ערשטן מאָל, מיינען בכלל, אַז ס׳רעדט זיך וועגן ADL (די אַנטי־דעפֿאָמאַציע ליגע), און נישט וועגן מאיר כּהנס גרופּע „ייִדישע פֿאַרטיידיקונג־ליגע‟ (Jewish Defense League), וואָס איז געגרינדט געוואָרן אין 1968 אין ניו-יאָרק. די JDL ווערט דעפֿינירט לויט דעם SPLC (Southern Poverty Law Center) ווי „אַ ראַדיקאַלע אָרגאַניזאַציע, וואָס פּריידיקט אַ סאָרט געוואַלד־מעשׂים קעגן דעם אַנטי-אַראַבישן ייִדישן נאַציאָנאַליזם… די גרופּע האָט איניציִיִרט אומצאָליקע טעראָריסטישע אַטאַקן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און אין אויסלאַנד, און האָט זיך פֿאַרנומען מיט אינטענסיווע באַלעסטיקונגען קעגן פֿרעמדע דיפּלאָמאַטן, מוסולמענער, ייִדישע אַקאַדעמיקער, קהילה־פֿירערס, און אָנגעשטעלטע.‟
די זאַך איז, אַז מע פֿלעגט, ווי געזאָגט, אָפֿט באַשולדיקן אײַס קיובן אין אַנטיסעמיטיזם, צוליב דעם דערמאָנטן ליד, און צוליב זײַן דעמאָלטיקער פֿאַרבינדונג מיט דער „נאַציע פֿון איסלאַם‟. אָבער וואָס לגבי העלערס פֿאַרבינדונג מיט אַזאַ מין מיאוסער ייִדישער טעראָריסטישער גרופּע ווי די „ייִדישע פֿאַרטיידיקונג־ליגע‟?
אין אַ פּאָר אינטערוויוען האָט קיוב לגמרי פֿאַרלייקנט, אַז ער איז אַן אַנטיסעמיט. אויף אַן אינטערוויו פֿון 1993, למשל, זאָגט ער: „איך רעד וועגן שוואַרצע מענטשן, וואָס טוען שלעכטס, איז וואָס? צי בין איך אַן אַנטי-שוואַרצער איצט?‟ אינעם פֿילם, ענטפֿערט קיובס געשטאַלט (גוט געשפּילט דורך זײַן זון, וואָס איז זייער ענלעך צום טאַטן) אויף אָט דער פֿראַגע אַזוי: „איך האָב גאָרנישט קעגן ייִדן, שוין גיכער קעגן דזשערי העלער.‟ קיוב האָט העלערן און אַן אַנדער מיטגליד (דער פֿאַרשטאָרבענער ראַפּ-זינגער איזי אי) באַשולדיקט אין שווינדלערײַ, ווײַל זיי האָבן אים נישט באַצאָלט פֿאַר זײַן אַרבעט.
צי טראָגט די הצלחה פֿון „גלײַך פֿון קאָמפּטאָן‟ עפּעס אַ באַטײַט לגבי די באַציִונגען צווישן אַפֿריקאַנער-אַמעריקאַנער און ייִדן? עס זעט אויס, אַז כּל-זמן די אַמעריקאַנער ייִדן וועלן זיך נישט שטעלן אויף דער פּראָגרעסיווער זײַט און שטיצן די באַרעכטיקטע סאָציאַלע קאַמפֿן פֿון די אַפֿריקאַנער-אַמעריקאַנער, וועלן די באַציִונגען זיך נישט פֿאַרבעסערן.
אײַס קיוב האָט דאָך זינט יענע יאָרן שוין אַ סך מאָל מיטגעאַרבעט מיט ייִדן, און איינער פֿון די פּראָדוצירער פֿון „גלײַך פֿון קאָמפּטאָן‟, צוזאַמען מיט קיובן, הייסט סקאָט בערנסטין. אָבער גענוג… יעדער שׂונא-ישׂראל ווייסט דאָך, אַז די ייִדן הערשן איבער האָליוווּד…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.