DAIA פּראַוועט דעם 80סטן יוביליי

DAIA Marks Its 80th Anniversary

דער 80סטער יוביליי פֿון DAIA אין בוענאָס־אײַרעס, דעם 1טן סעפּטעמבער
Daia.org.ar
דער 80סטער יוביליי פֿון DAIA אין בוענאָס־אײַרעס, דעם 1טן סעפּטעמבער

פֿון ייִט״אַ

Published September 03, 2015, issue of September 18, 2015.

דעם 1טן סעפּטעמבער, האָט די „דעלעגאַציע פֿון ייִדישע אַסאָציאַציעס אין אַרגענטינע‟ (DAIA) דורכגעפֿירט אין בוענאָס־אײַרעס אַן אָוונט לכּבֿוד דעם 80סטן יוביליי זינט די דאָזיקע אָפֿיציעלע ייִדישע דאַך-אָרגאַניזאַציע איז געגרינדעט געוואָרן אינעם לאַנד.

אין דער אונטערנעמונג האָבן זיך באַטייליקט 1,200 מענטשן, אַרײַנגערעכנט אַ צאָל פּאָליטיקער, אַמבאַסאַדאָרן פֿון אַנדערע לענדער, פֿאָרשטייער פֿון נישט־מלוכישע אָרגאַניזאַציעס, און ייִדישע קהילה־פֿירער. איין פּרעזידענט־קאַנדידאַט און פֿאָרשטייער פֿון צוויי זײַנע קאָנקורענטן, וועלכע באַלאָטירן זיך איצט אויף די פּרעזידענטישע וואַלן, וואָס מע פּלאַנירט דורכצופֿירן אין אָקטאָבער, האָבן זיך אויך באַוויזן אינעם זאַל.

אין דער יאָרטאָג־אונטערנעמונג האָבן זיך באַטייליקט סײַ די ראָשים פֿון דער פֿירנדיקער פּאַרטיי, סײַ די אָפּאָזיציע־פּאָליטיקער און פֿאָרשטייער פֿון די קליינע פּאַרטייען. כוליאָ שלאָסער, דער פּרעזידענט פֿון DAIA, האָט באַמערקט, אַז אַזאַ פֿאַרשיידנאַרטיקער עולם איז אַ מוסטער פֿון אַ געזונטער געזעלשאַפֿט. „אַזאַ אַרגענטינע ווילן מיר איבערגעבן אונדזערע קינדער, וווּ דער עולם פֿאַרזאַמלט זיך צוזאַמען און טיילט זיך מיט די געדאַנקען‟.

מיט אַכט חדשים צוריק, איז דער אַרגענטינער פּראָקוראָר אומגעקומען בײַ צווייפֿלהאַפֿטיקע אומשטאַנדן. שלאָסער האָט בעת דער אונטערנעמונג געטענהט, אַז נאָך אַזאַ לאַנגער צײַט מוז דאָס פֿאָלק אין אַרגענטינע שוין וויסן, וואָס איז געשען מיטן אומגעקומענעם פּראָקוראָר.

שלאָסער האָט באַטאָנט, אַז ער באַציט זיך מיט דרך־ארץ צום יוסטיץ־דעפּאַרטאַמענט, אָבער האַלט, אַז הײַנט וואָלטן די אויספֿאָרשער שוין געדאַרפֿט אויסקלאָרן, ווי אַזוי ניסמאַן איז אומגעקומען. דער פּרעזידענט פֿון דער דאַך־אָרגאַניזאַציע האָט צוגעגעבן, אַז מיט 21 יאָר צוריק האָבן די טעראָריסטן אויפֿגעריסן דעם ייִדישן קהילה־צענטער AMIA אין בוענאָס־אײַרעס. 85 מענטשן זענען אומגעקומען בעת דעם אַטאַק. ביז הײַנט האָט מען נאָך נישט געפֿונען און באַשטראָפֿט קיין שולדיקע. דער פֿאַרשטאָרבענער פּראָקוראָר האָט זיך אָפֿיציעל פֿאַרנומען מיטן ענין; אין יאַנואַר האָט מען אים פּלוצעם געפֿונען טויט אין זײַן דירה מיט אַ פּיסטויל אין דער האַנט.

DAIA איז געגרינדעט געוואָרן אינעם יאָר 1935 דורך אַ גרופּע פֿון 28 ייִדישע אינסטיטוציעס. הײַנט רעפּרעזענטירט די אָרגאַניזאַציע 125 פֿאַרשיידענע ייִדישע גרופּעס מיט 25 אָרטיקע צווײַגן אַרום דעם לאַנד.