(שײַכותדיקע אַרטיקלען: //yiddish2.forward.com/node/3125)
אַן אינטערעסאַנטע זאַך האָב איך באַמערקט, דהײַנו: דער אַרטיקל וועגן באָריס קלעצקין אין דער ייִוואָ־עקציקלאָפּעדיע איז כּולל, ווי אילוסטראַציעס, די מאַרקע פֿון דעם „קלעצקין־פֿאַרלאַג‟, און די הילע פֿון אַ באַנד י.־ל. פּרצעס ווערק, אַרויסגעגעבן דורך דעם פֿאַרלאַג. אָבער קלעצקינס פֿאָטאָ איז דאָרטן ניטאָ. איך ווייס ניט, צי ס׳האָט זיך טאַקע צופֿעליק באַקומען אַזאַ „קאָמפּאָזיציע‟; אָבער זי קען סימבאָליזירן דעם פֿאַקט, אַז די געשיכטע האָט זיך ווייניק געצאַצקעט מיטן עצם מענטש, באָריס קלעצקינען (1875—1937), וועמענס בײַשטײַער אין דער קולטור איז שווער אָפּצומעסטן.
קלעצקין איז געווען אַ בן־יחיד פֿון אַ רײַכער ליטוואַקישער סוחרישער משפּחה מיט אַ לאַנג־דורותדיקן ייִחוס־בריוו פֿון באַוווּסטע רבנים. אין זײַנע יונגע יאָרן האָט ער זיך אָנגעשטעקט מיט סאָציאַליסטישע אידעען, געווען צווישן די גרינדערס פֿון די „זשאַרגאָנישע קאָמיטעטן‟, וועלכע האָבן פֿאַר זיך געשטעלט דעם ציל צו דרוקן ליטעראַטור אויף ייִדיש און ניצן עס פֿאַר אויסבילדן „באַוווּסטזיניקע אַרבעטער‟. אַזעלכע אַרבעטער האָבן טאַקע געשאַפֿן דעם יסוד פֿאַר ייִדישע סאָציאַליסטישע פּאַרטייען; קודם־כּל, דעם „בונד‟.
אין 1907 אָדער 1908 האָט קלעצקין (צו יענער צײַט שוין דער באַלעבאָס איבער זײַן טאַטנס נחלה) אָפּגעקויפֿט די ווילנער דרוקערײַ, וועלכע האָט געהערט צום צענטראַלן קאָמיטעט פֿון „בונד‟. אין יענער צײַט איז די סאָציאַליסטישע באַוועגונג אין רוסלאַנד כּמעט אין גאַנצן אונטערגעגאַנגען — די רעפּרעסיעס מצד דער מלוכה זײַנען געווען אַזוי שטאַרק, אַז די סאָציאַליסטן האָבן זיך אָדער אָפּגערוקט פֿון דער אַקטיווער פּאָליטישער טעטיקייט, אָדער — אַ גרויסע צאָל פֿון זיי — האָבן עמיגרירט, און דאָס לעצטע האָט, אַגבֿ, שטאַרק געביטן דעם פּרצוף פֿון דער סאָציאַליסטישער באַוועגונג אין אַמעריקע.
אין משך פֿון אַ פּאָר יאָר האָט קלעצקין אין גאַנצן איבערגעניצעוועט די דרוקערײַ. פֿון אַ פּרימיטיווער איז זי פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ מאָדערנער. אַרום 1910 איז געקומען דער אײַנפֿאַל צו שאַפֿן אויפֿן סמך פֿון דער דרוקערײַ אַ ריכטיקן ייִדישן פֿאַרלאַג; דערצו נאָך אַזאַ, וואָס די וועלט האָט נאָך ניט געזען. די רייד איז געגאַנגען, צום אַלעם ערשטן, וועגן אַ פֿאַרלאַג פֿאַר ליטעראַטור פֿון הויכער קוואַליטעט. צווייטנס, איז דער ציל געשטעלט געוואָרן ניט קיין קאָמערציעלער, נאָר אַ פֿילאַנטראָפּישער, קולטור־בויערישער: דעם גרעסטן טייל פֿונעם רווח האָט געדאַרפֿט באַקומען דער מחבר.
קיין געלט האָט קלעצקין אויף דער פֿאַרלעגערישער אונטערנעמונג ניט געזשאַלעוועט. דערצו פֿלעגט ער אײַנלאַדן שרײַבער — י.־ל. פּרץ, שלום אַש, דוד בערגעלסאָן, פּרץ הירשביין און אַנדערע — צו פֿאַרברענגען עפּעס אַ צײַט אויף אַ פֿולן פּאַנסיאָן (הײַנט וואָלט מען געזאָגט „אָל אינקלוסיוו‟) אין זײַן גוט אין דעם דאָרף סטאַרעוואָ, ניט ווײַט פֿון באָברויסק, זיי זאָלן קענען דאָרטן זיך אין גאַנצן אָפּגעבן מיט זייער שאַפֿערישער טעטיקייט.
די פּלענער זײַנען געווען ריזיקע. די פּראָדוקציע — דאָס הייסט, ביכער און זשורנאַלן, איז אויך אַרויס אַ ממשותדיקע. אַנדערש וואָלט זי, בלי־ספֿק, ניט דערזען די ליכטיקע שײַן. אָבער ווי אַ געשעפֿט איז די גאַנצע אונטערנעמונג פֿאַרבליבן אין אַ וואַקלדיקן מצבֿ. ריכטיקער, עס איז געגאַנגען, אַ דאַנק אַלץ נײַע געלטער, ברייטהאַרציק אינוועסטירט דורך קלעצקין. אין תּוך אַרײַן, איז עס אַלץ געווען אַ ברייט־פֿאַרנעמיקער עקספּערימענט, וואָס האָט אין לעצטן סך־הכּל געמוזט אַנטפּלעקן די סיבה פֿון דעם גאַנץ שוואַכן נאָכפֿרעג מצד די קונים: צי די ליטעראַטור איז געווען ניט גוט גענוג? צי דער עולם איז געווען „ניט גוט גענוג‟ פֿאַר אַזאַ ליטעראַטור?
אַזוי צי אַזוי, אָבער קיין קלאָרן ענטפֿער האָט מען ניט באַקומען, ווײַל די ערשטע וועלט־מלחמה האָט דעם דאָזיקן עקספּערימענט איבערגעריסן. אין אויגוסט 1914 האָט זיך קלעצקין מיט דער משפּחה געפֿונען אין דײַטשלאַנד, אָבער אין אַ פּאָר חדשים אַרום האָט זיך זיי אײַנגעגעבן זיך אומצוקערן קיין ווילנע. דערנאָך איז געקומען די צײַט צו פֿאָרן ווײַטער, קיין פּעטראָגראַד, און צוריק האָט זיך קלעצקין אומגעקערט נאָר אין 1919. זײַן פֿאַרלאַג איז ווידער אַ מאָל געוואָרן אַ שם־דבֿר אין די ייִדישיסטישע קרײַזן. אָבער ס’איז געקומען אַ נײַע אָנשיקעניש — די עקאָנאָמישע דעפּרעסיע פֿון די 1930ער יאָרן. ווי עס שרײַבט דוד־הירש ראָסקעס, אין זײַן בוך „ייִדישלאַנד‟, האָט מען אין ווילנע בולט דערזען, אַז קלעצקינס געשעפֿטן גייען שוין גאָר שלעכט: „ער האָט זיך באַוויזן אויף דער גאַס מיט אַ גראָווער באָרד. דאָס הייסט, אַז ער האָט שוין ניט געהאַט קיין געלט אויף אונטערצופֿאַרבן די האָר.‟
עס קען זײַן, אַז דאָס איז אַ שיינע לעגענדע; וואָס איז זיכער ניט קיין לעגענדע, אַז קלעצקין איז געוואָרן אַ הייסער אָנהענגער פֿון דער סאָוועטישער סיסטעם און איז אַרויסגעטראָטן ווי אַ פֿאַרלעגער פֿון קאָמוניסטישע ייִדישע צײַטונגען; קודם־כּל, פֿון דער וואַרשעווער צײַטונג „פֿרײַנד‟. דער דיכטער דוד ספֿאַרד, וואָס איז געווען דער „קאָמיסאַר‟ בײַ דער צײַטונג, האָט איבערגעלאָזט אינטערעסאַנטע זכרונות מכּוח יענעם עפּיזאָד אין קלעצקינס לעבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.