ווער וויל ווערן אַ ייִדישער מאַרסיאַנער?

Time is Up for Jewish Martians?

שיינע גיפֿאָרד און דער קופּאָל אויפֿן האַוואַיער וווּלקאַן, וווּ זי וועט פֿאַרברענגען אַ גאַנץ יאָר; אַלעקסאַנדר באָגדאַנאָווס ראָמען „דער רויטער שטערן‟ (לינקס)
שיינע גיפֿאָרד און דער קופּאָל אויפֿן האַוואַיער וווּלקאַן, וווּ זי וועט פֿאַרברענגען אַ גאַנץ יאָר; אַלעקסאַנדר באָגדאַנאָווס ראָמען „דער רויטער שטערן‟ (לינקס)

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published September 04, 2015, issue of October 02, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

„מרוז‟ ווערט אויך אָפּגעטײַטש ווי מאַרס אינעם אַראַמישן ווערטערבוך „המשביר‟ פֿון הרבֿ יוסף שיינהאַק, פֿאַרעפֿנטלעכט אין וואַרשע אינעם יאָר 1858. אין יענער צײַט, האָבן די שרײַבער אָנגעהויבן פֿאַנטאַזירן וועגן די מאַרסיאַנער; הערבערט וועלס האָט זיי געשילדערט ווי שרעקלעכע רוצחים אין זײַן קלאַסישן ראָמאַן „די מלחמה פֿון וועלטן‟, וועלכער איז אַרויס אין 1898 און בלײַבט פּאָפּולער ביז הײַנט. להיפּוך, האָט דער רוסישער שרײַבער אַלעקסאַנדר באָגדאַנאָוו געשלידערט אַ קאָמוניסטישע אוטאָפּיע אויפֿן מאַרס אין זײַן ראָמאַן „דער רויטער שטערן‟, וועלכער איז אַרויס אינעם יאָר 1908.

דער ייִדישער שרײַבער וועלוול טשערנאָוויצקי האָט שפּעטער ממשיך געווען דעם זשאַנער פֿון מאַרסיאַנער פּאָליטישע פֿאַנטאַזיעס, און פֿאַרעפֿנטלעכט אינעם יאָר 1959 זײַן איראָנישן ראָמאַן „ערבֿ דער פֿערטער וועלט־מלחמה, הינעס — די קיניגין פֿון מאַרס‟. זײַנע מאַרסיאַנער זענען מיליטאַנטישע, אָבער לאַוו־דווקא שלעכטע שכנים אין אונדזער זון־סיסטעם. אַדרבה, צוליב „די קלוגע און שיינע טעכטער פֿון דער ערד‟, ווי עס שטייט געשריבן אין דער הקדמה, זענען זיי גרייט שלום צו מאַכן מיט די תּושבֿים פֿון אונדזער וועלט. להיפּוך צו באָגדאַנאָוו, איז זײַן ראָמאַן, וואָס איז אַרויס אין בוענאָס־אײַרעס, אַ בפֿירוש פּראָ־אַמעריקאַנער און אַנטי־סאָוועטישער.

די פֿאַנטאַזיעס אַרום די מאַרסיאַנער בלײַבן נאָך אַלץ פּאָפּולער אין ליטעראַטור און קינאָ, הגם די וויסנשאַפֿטלער האָבן שוין לאַנג באַשטעטיקט, אַז קיין ציוויליזאַציע איז אויפֿן רויטן פּלאַנעט נישטאָ; אויב דער מחבר פֿונעם „ספֿר־הברית‟ איז גערעכט, מוז „מרוז‟ זײַן גאָר אַן אַנדער וועלט. לויט געוויסע סימנים, איז גאַנץ מעגלעך, אַז אויפֿן מאַרס זענען יאָ פֿאַראַן באַקטעריעס און פּרימיטיווע פֿלאַנצן, אָבער דעם מענטש אָדער אַ כּמו־מענטשלעכער באַשעפֿעניש איז דאָרטן שווער אויסצולעבן. נישט געקוקט אויף דעם, גיבן זיך די מחברים אַן עצה און טראַכטן אויס נײַע פֿאַנטאַזיעס, וווּ די מענטשלעכע קאָלאָניסטן ווערן אַליין מאַרסיאַנער, ווי אינעם קלאַסישן פֿאַנטאַסטישן סעריאַל „באַבילאָן־5‟.

צו פֿאַרברענגען אַ יאָר אין אַ כּמו־קאָסמישן קופּאָל איז, אַוודאי, אַ טשיקאַווע און באַלערנדיקע אַוואַנטורע. ס׳איז כּדאַי זיך אָבער צו דערמאָנען, אַז אויפֿן זוניקן אַמעריקאַנער אינדזל דראָט די באַטייליקטע אין דער „עקספּעדיציע‟ נישט קיין אמתע סכּנה. דאָס רעאַלע לעבן אויפֿן מאַרס איז גאָר אַן אַנדער מעשׂה. קיין לופֿט איז דאָרטן כּמעט נישטאָ; מע מוז עס אַרויסבאַקומען מיט דער הילף פֿון ספּעציעלע מאַשינען און וווינען שטענדיק אין הערמעטיש איזאָלירטע געבײַדעס; אָן אַ סקאַפֿאַנדער, דראָט די תּושבֿים אין דרויסן אַ מאָמענטאַלער טויט. צו הילף וועט קיינער נישט קומען, ווײַל דער דורכשניטלעכער מהלך צווישן דער ערד און מאַרס באַטרעפֿט 140 מיליאָן מײַל.

אַפֿילו אַ ראַדיאָ־סיגנאַל פֿליט דורך אַזאַ ווײַטע דיסטאַנץ מער ווי 12 מינוט. ס׳איז אוממעגלעך צו כאַפּן אַ געוויינטלעכן שמועס מיט דער ערד, אויב מע וווינט אויפֿן מאַרס. ווען מע שיקט אַרויס אַ מעלדונג, מוז מען וואַרטן, צום ווייניקסטן, 42 מינוט, ווען די פּלאַנעטן זענען ווײַט איינער פֿונעם צווייטן, ביז מע באַקומט אַן ענטפֿער. כּדי אויסצולעבן אין אַזאַ סבֿיבֿה, מוז מען שאַפֿן אַ גענוג גרויסע קאָלאָניע מיט אַן אַנטוויקלטער אינפֿראַסטרוקטור, וווּ מע קאָן אין אויסעראָרדנטלעכע סיטואַציעס געפֿינען אויפֿן אָרט אַלע נייטיקע מאַטעריאַלן און מומחים.

אַזוי צי אַזוי, עס קאָן זײַן, אַז מיט 30 יאָר אַרום וועלן די ערשטע מאַרסיאַנער ייִדן פֿירן פּילפּולים וועגן דעם שטערן „מרוז‟. איך וואָלט אויך מיט גרויס חשק געפֿאָרן אַהין, ווען נישט דער צווייפֿלהאַפֿטיקער קאָמערציעלער טעם פֿון די איצטיקע קאָלאָניזאַציע־פּראָיעקטן. צו פֿאַרווירקלעכן גיפֿאָרדס חלום, לויט איר אייגענער אַנאַלאָגיע מיט „אָקופּירט וואָל־סטריט‟, טאָר מען זיך נישט פֿאַרלאָזן אויף אַ קאָרפּאָראַציע, וואָס געפֿינט זיך אויף אַן אַנדער פּלאַנעט. כּדי זיך צו אַנטוויקלען ווי אַ געזונטע און פֿאַרזיכערטע מענטשלעכע געזעלשאַפֿט, מוז די צוקונפֿטיקע מאַרסיאַנער קאָלאָניע זײַן גענוג אומאָפּהענגיק. דערווײַל מעג מען אָבער חלומען וועגן דעם און שפּילן זיך אין אַסטראָנויטן אויף די האַוואַיער בערג.