בעת זײַנע אַנומלטיקע באַזוכן פֿון אַ ריי ייִדישע אינסטיטוציעס אין אַנטווערפּן, האָט דער בעלגישער פּרעמיער־מיניסטער, שאַרל מישעל, צוגעזאָגט נישט צו דערלאָזן אַנטיסעמיטיזם בשום־אופֿן אין זײַן לאַנד.
דינסטיק, דעם 2טן סעפּטעמבער, האָט מישעל באַזוכט די פֿלעמישע הויפּטשטאָט, וואָס געפֿינט זיך אינעם צפֿונדיקן טייל פֿון בעלגיע, נאָך אַ בקשה פֿון דער אָרטיקער ייִדישער אויסגאַבע Joods Actueel („אַקטועלע ייִדישע ענינים‟). צוזאַמען מיטן פּרעמיער, זענען געקומען דער מעיאָר פֿון אַנטווערפּן, באַרט דע וועווער, און זשאַן זשאַמבאָן, דער בעלגישער פֿעדעראַלער מיניסטער פֿון זיכערהייט־ און אינערן־ענינים. בעת דעם וויזיט, האָט מישעל באַטאָנט, אַז „אַנטיסעמיטיזם איז אומדערלאָזלעך‟, און ער וויל מאַכן זיכער, אַז אין זײַן לאַנד איז „אַבסאָלוט נישט קיין טאָלעראַנץ‟ צו אַנטי־ייִדישער שׂינאה.
די אָפֿיציעלע געסט האָבן בעת זייער שמועס מיט דער צײַטונג ערנסט באַהאַנדלט די זיכערהייט־פּראָבלעמען פֿון דער ייִדישער קהילה אין בעלגיע, וואָס באַטרעפֿט בערך 18,000 נפֿשות. דאָס פֿאַרגאַנגענע יאָר, האָט די פֿעדעראַלע בעלגישע רעגירונג אויסגעגעבן 4.5 מיליאָן דאָלאַר, כּדי צו פֿאַרבעסערן דעם זיכערהייט־מצבֿ פֿון די ייִדישע אינסטיטוציעס ביזן יאָר 2017. אין אַנטווערפּן געפֿינען זיך 19 ייִדישע שולן און אַרום 45 שילן; אין אַ צאָל אַנדערע שטעט זענען אויך פֿאַראַן ממשותדיקע ייִדישע קהילות.
אַחוץ דער דאָזיקער סומע, האָט די בעלגישע רעגירונג געשיקט 115 פּאָליציאַנטן און סאָלדאַטן צו באַוואַכן יעדן טאָג בערך 70 בנינים אין דער שטאָט, נאָך דער טעראָריסטישער אַטאַק אויפֿן בריסלער ייִדישן מוזיי, וועלכע איז אויסגעבראָכן אין מײַ 2014. פֿיר מענטשן זענען אומגעקומען בעת דעם אָנפֿאַל.
אין פֿאַרגלײַך מיט אַנטווערפּן, זענען אין בריסל פֿאַראַן מער ייִדישע אינסטיטוציעס. די דאָרטיקע ייִדישע קהילה איז אָבער אַ סך וועלטלעכער, ווי די אַנטווערפּענער ייִדן, וואָס זענען על־פּי־רובֿ פֿרום. דע וועווער האָט באַמערקט, אַז אין זײַן שטאָט קאָן מען גרינג דערקענען די ייִדן, דערפֿאַר געפֿינט זיך די אָרטיקע קהילה אין אַ גרעסערער סכּנה.
פֿיליפּ מאַרקעוויטש, דער פּרעזידענט פֿון דער בעלגישער קאָנסיסטאָריע — אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס טראָגט דאָס אַחריות פֿאַר די רעליגיעזע באַדערפֿענישן פֿון די ייִדן אינעם לאַנד — האָט באַדאַנקט די רעגירונג־פֿאָרשטייער פֿאַר זייער שטיצע. ער האָט געמאָלדן, אַז פֿאַר די ייִדן אין בעלגיע איז עס אַ גרויסער כּבֿוד, אַז זייער רעגירונג נעמט אָן די נייטיקע מאָסמיטלען, כּדי צו באַוואַכטן די קהילה, ווי עס דאַרף צו זײַן.
אַן אַנטווערפּענער רבֿ, אַהרן מאַלינסקי, האָט אָבער צוגעגעבן, אַז ער האָפֿט צו דערלעבן ביזן טאָג, ווען די ייִדישע קהילה וועט זיך מער נישט נייטיקן אין דער מיליטערישער וואַך, און וועט פּשוט קאָנען לעבן רויִק. דערווײַל איז אָבער אַזאַ טאָג נאָך זיכער נישט געקומען, האָט באַמערקט דער רבֿ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.