וועגן די ווערטער פֿאַר „שטאַרבן“ איז מיר שוין אויסגעקומען צו שרײַבן; וועגן דעם, אַז נאָכן טויט איז אויך דאָ אַ גאַנצער וואָקאַבולאַר, בפֿרט וועגן דעם, וווּ מע ליגט.
וואָס טוט מען מיט אַ מת? מע באַגראָבט אים אָדער מע באַהאַלט אים, אָדער מע איז אים מקבר, אָדער מע ברענגט אים צו קבֿר־ישׂראל. „באַגראָבן“ האָט דאָך אויך אַ פֿאַרשפּרייטן מעטאַפֿאָרישן טײַטש, „רויִנירן“. אָט איז דאָ אַ ווערטערשפּיל: „שטאַרבן איז נאָך ווי ס’איז, אָבער דאָס אַרײַנלייגן אין דר’ערד, דאָס באַגראָבט אַ מענטשן!“
וועגן דעם אָרט, וווּ ס’ליגן ייִדן נאָכן טויט, איז דאָ אַ לאַנגע רשימה ווערטער, כּמעט אַלע אייפֿעמיזמען. נאָך די הונדערט יאָר ליגן ייִדן און ייִדישע טעכטער, קודם־כּל, אויף אַ בית־עולם. אויף לשון־קודש איז „עולם“, פֿאַרשטייט זיך, טײַטש „וועלט“ און אויף ייִדיש — „אַ גרופּע מענטשן“; אָבער אויף לשון־קודש האָט „עולם“ נאָך אַ טײַטש, „אייביקייט“. איז אַ בית־עולם דאָס אָרט, וווּ מע בלײַבט אויף אייביק. דאָס אייגענע איז שייך צום אַרמיש־שטאַמיקע „בית־עלמין“.
אַ פֿאַל פֿון לשון סגי־נהור איז „בית־חיים“, טײַטש „דאָס הויז פֿון לעבן“. (אויב איר ווייסט נישט, איז „סגי־נהור“ אַן אַרמישער אויסדריק טײַטש „פֿול מיט ליכט“, וואָס איז אַ דיפּלאָמאַטישער אופֿן צו רעדן וועגן אַ בלינדן. איז „לשון סגי־נהור“ דאָס זאָגן ס’פֿאַרקערטע, אַזוי ווי „בית־חיים“ פֿאַרן אָרט, וווּ ס’ליגן טויטע.)
אַ וואָרט, נישט קיין אייפֿעמיזם, איז „בית־הקבֿרות“, דאָס הייסט, דאָרטן, וווּ ס’געפֿינען זיך קבֿרים.
אָבער נישט אַלע ווערטער נעמען זיך פֿון לשון־קודש. מע זאָגט דאָך אויך „דאָס פֿעלד“, „דאָס גוטע־אָרט“, „דאָס הייליקע אָרט“, „דאָס ריינע אָרט“. אַ טשיקאַווער משל דערפֿון: מיט אַכט יאָר צוריק בין איך געפֿאָרן אין דער שטאָט גער, נישט ווײַט פֿון וואַרשע, וואָס ביזן חורבן איז זי געווען דער זיץ פֿונעם באַקאַנטן גערער רבין. אין 2007 זענען אין דער שטאָט געבליבן גאַנצע דרײַ ייִדן, האָב איך געהאַט די זכיה זיך צו באַקענען, און צו כאַפּן אַ ייִדישן שמועס, מיט צוויי. (וויפֿל מאָל אין לעבן איז מיר אויסגעקומען צו שמועסן אויף ייִדיש מיט אַ ייִד, וואָס האָט איבערגעלעבט דעם חורבן און וווינט ביז הײַנט אין זײַן מיזרח־אייראָפּעיִשער היימשטאָט?) איינער פֿון זיי, וועלוול קאַרפּמאַן, האָט מיט אַ פּאָר יאָר שפּעטער געגעבן אַן אינטערוויו דער ייִדישער ראַדיאָ־אוידיציע פֿונעם פּוילישן ראַדיאָ (צום באַדויערן, האָט מען זי דערנאָכדעם אָפּגעשאַפֿט). ווען די זשורנאַליסטקע האָט אים אַ פֿרעג געטאָן וועגן דעם גורל פֿונעם גערער בית־עולם, האָט ער זי איבערגעפֿרעגט: „איר מיינט ס’גוטע־אָרט?“ יעדעס מאָל, וואָס זי האָט ווײַטער געזאָגט „בית־עולם“, האָט ער געענטפֿערט „ס’גוטע־אָרט“.
אויך בײַ די אומות־העולם זענען די ווערטער — אייפֿעמיזמען. דאָס פֿאַרשפּרייטסטע וואָרט אין אייראָפּע איז ס’ענגלישע cemetery, ס’פֿראַנצייזישע cimetière אד”גל, פֿון אַן אַלטגריכישן ווערב פֿאַר „ליגן/לייגן שלאָפֿן“. גאָר אַ מאָל, פֿאַר דער הײַנטיקער צײַט־רעכענונג, איז ס’גריכישע וואָרט געווען טײַטש „שלאָפֿשטוב“; בײַ די קריסטן בשעתּו האָט עס באַקומען דעם מאָדערנעם טײַטש. אַ ווײַטער קרובֿ פֿון דעם וואָרט איז ס’ייִדישע „היים“, אַ פּנים, ווײַל אין דער היים שלאָפֿט מען, אָבער נישט פּונקט אַזוי ווי אויפֿן בית־עולם…
דאָס דײַטשישע Friedhof איז דער „שלום־הויף“ און איז מגולגל געוואָרן אינעם טשעכישן hřbitov; ס’דײַטשישע Kirchhof „קלויסטערהויף“ איז מגולגל געוואָרן אינעם פּוילישן Kirkut „ייִדישער בית־עולם“!
און אַזוי ווי מאַמע־לשון האָט פּאַראַלעלע וואָקאַבולאַרן פֿאַר ייִדן און פֿאַר קריסטן איז גאָר קיין חידוש נישט, וואָס אויפֿן אָרט, וווּ ס’ליגן קריסטן זאָגט מען „צווינטער“ אָדער „צמענטער“, מסתּמא, פֿון פּוילישן cmentarz, פֿונעם זעלביקן גריכישן שורש וואָס cemetery.
צום סוף, עמנואל אָלשוואַנגערס אַן אַנעקדאָט וועגן מאָטקע חבד, דעם ווילנער לץ פֿון 19טן י”ה (איבערגעגעבן מיט זײַן ליטוויש ייִדיש):
אין ווילנע אין שול זענען אַ מאָל געזעסן עטלעכע פֿון די פֿרימסטע ייִדן פֿון שטאָט, צדיקים ווי אין פּסוק שטייט, און מיט זיי איז געזעסן מאָטקע חבד. מע האָט גערעדט וועגן שטאָט־ענינים, וועגן דעם גרויסן גבֿיר אָפּאַטאָוו, וועגן דעם וואָסער ווערדע דער גאַנצער לעבן האָט, מיט אַלע רײַכקייטן און גליקן, און אַז סוף־כּל־סוף מוזן אַלע שטאַרבן. אַז מע האָט שוין געהאַלטן בײַם שטאַרבן, רופֿט זיך אָפּ דער שוחט: „אַז איך וועל שטאַרבן, וואָלט איך געוועלט ליגן נעבן אַלטן דיין; ער איז געווען אַ ייִד אַ צדיק גמור“. מאַכט דער חזן: „אין הונדערט און צוואַנציק יאָר אַרום וואָלט איך געוועלט ליגן נעבן ר’ דוד שׂרהלעס, עליו־השלום; געווען אַ חכם מחוכּם און אַ למדן מופֿלג“. ווידער אַ דריטער האָט געוועלט ליגן נעבן ווילנער גאָון; אויך קיין עוולה ניט! דערנאָך פֿרעגט מען מאָטקען: „נו, מאָטקע, וואָס שווײַגסטו? וואָס וועסטו זאָגן?“ זאָגט מאָטקע: „איך וואָלט געוועלט ליגן נעבן אָפּאַטאָווס טאָכטער!“ זאָגט מען עם: „סטײַטש, מאָטקע? וואָס טוט זיך מיט דיר? זי לעבט דאָך נאָך!“ ענטפֿערט מאָטקע: „נו, און וואָס בין איך? אַ פּגר?“
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.