בערני סאַנדערס באַטאָנט, אַז אין קאָנטראַסט מיט דאָנאַלד טראַמפּ איז ער אַזוי ווי פֿלייש און קעז, נישט צו פֿאַרגלײַכן. אין דער אמתן, איז ער אָבער גערעכט נאָר אויף אַ האַלב.
עס קאָן זײַן, אַז סאַנדערס זאָגט טאַקע דעם אמת, אַז ער מײַדט אויס דעמאַגאָגיע און וויל זיך פֿאַרנעמען מיט די „רעאַלע פּראָבלעמען פֿונעם אַמעריקאַנער פֿאָלק‟. טראַמפּ גלייבט אויך, אַז ער רעדט וועגן „ווירקלעכקייט‟, הגם צוליב די היפּוכדיקע פּאָליטישע דעות מיינט עס עפּעס גאָר אַנדערש. ס׳איז טאַקע קלאָר, אַז די דאָזיקע צוויי פּערזענלעכקייטן, וואָס האָפֿן צו פֿאַרנעמען דאָס אָרט פֿונעם פּרעזידענט באַראַק אָמאַבאַ, זענען אינעם פּאָליטישן זין גאָר ווײַט איינער פֿונעם צווייטן.
ס׳איז אָבער פֿאַראַן אַ שטריך, וואָס פֿאַראייניקט סאַנדערס און טראַמפּ אין זייערע פּרעזידענט־קאַמפּאַניעס. ביידע פֿאַרלאָזן זיך אויפֿן שפּאַלט צווישן די וויילער און דער פּאַרטיי, וואָס זיי רעפּרעזענטירן. טראַמפּ ווענדט זיך צו אַ געוויסן טייל רעפּובליקאַנער, וואָס זענען ווײַט פֿון דער טראַדיציאָנעלער פּאַרטיי־שיטה. סאַנדערס רעפּרעזענטירט יאָ די טראַדיציאָנעלע דעמאָקראַטישע שיטה פֿונעם אַלטן שניט, וואָס די הײַנטיקע דעמאָקראַטישע פּאָליטיקער האָבן זי שוין לאַנג געהאַט פֿאַרגעסן.
טראַמפּ חזרט איבער ראָנאַלד רייגאַנס פֿראַזע, מיט וועלכער ער האָט אָנגעהויבן זײַן ערשטע רעדע, ווען ער איז געקומען צו דער מאַכט אין יאַנואַר 1981, אַז „די רעגירונג איז אַ פּראָבלעם‟. ער גייט אָבער ווײַטער און דערקלערט, אַז אַלע פּאָליטיקער זענען שטומפּיקע און נעבעכדיקע נאַראָנים; ער איז דער איינציקער גרויסער חכם, וואָס קאָן ראַטעווען דאָס לאַנד. דאָס הייסט אָבער פּאָפּוליזם. נאַפּאָלעאָן באָנאַפּאַרט און יוליוס צעזאַר האָבן זיך באַנוצט מיט דער זעלבער רעטאָריק: אַוודאי, איר האָט צרות, פֿאָלגט מיר נאָך, און איך וועל אַלצדינג צו רעכט מאַכן.
דערפֿאַר האָבן די רעפּובליקאַנער פֿירער מורא פֿאַר דאָנאַלד טראַמפּ. ער רעפּרעזענטירט דעם עלעמענט, וועלכן זיי האָבן אַליין געשאַפֿן און קאָנען נישט קאָנטראָלירן. אין זײַנע רעדעס, וואַרפֿט ער זיך אַרויף אויף אַלע עליט־קלאַסן, אַרײַנגערעכנט די רעפּובליקאַנער פּאַרטיי גופֿא. אויב ער וועט ווערן דער נײַער פּרעזידענט, וועט ער הערשן אינעם „ווײַסן הויז‟ אַליין, אָפּשרײַענדיק די אַנדערע רעפּובליקאַנער.
בעצם, רעפּרעזענטירט סאַנדערס דעם זעלבן פֿענאָמען. ער לייגט פֿאָר זייער אַ ספּעציפֿישע פּראָגראַם און האָפֿט אויפֿצולעבן דעם אַמאָליקן גײַסט פֿון דער דעמאָקראַטישער פּאַרטיי. ער וויל ממשיך זײַן פֿרענקלין רוזעוועלטס „ניו־דיל‟ און אַנטוויקלט די דאָזיקע שיטה ווײַטער, נענטער צו דער אייראָפּעיִשער סאָציאַל־דעמאָקראַטיע. ווען סאַנדערס רופֿן זיך אָן אַ „סאָציאַליסט‟, מיינט ער פּשוט רוזעוועלטס צוגאַנג, מיט גאַראַנטירטע אַרבעטער־רעכט, פֿאַרברייטערטע מלוכישע אַרבעט־ערטער, פֿאַרזיכערטע פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַראיינען און רעגולאַציעס קעגן די באַנקען און קאָרפּאָראַציעס.
נאָך די 1960ער און 1970ער יאָרן האָבן די דעמאָקראַטן אָבער פֿאַרלאָזט רוזעוועלטס חלום. די באַוועגונג פֿאַר די רעכט פֿון די שוואַרצע און די סעקסועלע רעוואָלוציע האָבן געשאַפֿן נײַע סאָציאַלע שפּאַלטן אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט, און די טעכנאָלאָגישע גלאָבאַליזאַציע האָט דערמעגלעכט אויסצונוצן די אַרבעטער אין די אַזיאַטישע לענדער, אַנשטאָט צו באַזאָרגן די אַמעריקאַנער מיט פּרנסה. די פֿאַראיינען זענען דורכגעפֿאַלן, און די דעמאָקראַטן האָבן נישט געוווּסט, וואָס צו טאָן.
דאָ קומט בערני סאַנדערס און הייבט אָן דרשענען קעגן די מיליאַרדערן אויף וואָל־סטריט. קיין אמתע רעוואָלוציע וויל ער אָבער נישט. ער לייגט פּשוט פֿאָר זיך אומצוקערן צו די קלאַסישע דעמאָקראַטישע אידעאַלן. די באַוועגונג „דאָס שוואַרצע לעבן איז וויכטיק‟ קריטיקירט אים גאַנץ ריכטיק פֿאַרן איגנאָרירן די מינאָריטעטן־רעכט. סאַנדערס ענטפֿערט אויף דעם, אַז ער האָט אַלעמאָל געקעמפֿט לטובֿת די מינאָריטעטן, דאָך איז זײַן עיקר־צוועק די קאָנסאָלידאַציע פֿונעם אַרבעטער־קלאַס מיט דער דעמאָקראַטישער פּאַרטיי. ס׳רובֿ דעמאָקראַטן זענען פֿאַרזאָרגט דווקא מיט די מינאָריטעטן.
צי וועט אַ ייִדישער סאָציאַליסט מיט אַ ברוקלינער אַקצענט קאָנען צוציִען ס׳רובֿ דעמאָקראַטן, אָדער בלויז די נאָסטאַלגישע אַקטיוויסטן וועלן זיך צוהערן צו אַזאַ פּאָליטיקער? דאָס איז נישט קלאָר. עס זעט אָבער אויס, אַז טראַמפּ און סאַנדערס ווענדן זיך, אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים, מיט דער זעלבער פּאָפּוליסטישער רעטאָריק צו געוויסע ספּעציפֿישע עלעמענטן, וואָס זענען ווײַט פֿונעם הויפּטשטראָם פֿון ביידע פּאַרטייען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.