דאָס בילד האָט אויפֿגעטרייסלט און פֿאַרשעמט די וועלט. אויפֿן זאַמד בײַם ים־ברעג לעבן דעם לוקסוסדיקן וואַקאַציע־שטעטל באָדרום, אין טערקײַ, ליגט אַ קליין ייִנגעלע. ווען ניט די ווייכע כוואַליעס וואַסער, וואָס גלעטן זײַן קערפּער און פֿאַרדעקן אים איבערן קאָפּ, וואָלט מען גרינג געקענט מיינען, אַז דאָס קינד שלאָפֿט. דאָס ייִנגעלע שלאָפֿט אָבער ניט. עס ליגט אַ טויטס, אַ דערטרונקנס.
דאָס ייִנגעלע, אָנגעטאָן אין מאָדישע קליידער און קליינשטיקע גומע־שיך, מיטן פּנים אַראָפּ אינעם וואַסער, זעט אויס ווי ער וואָלט געקענט געהערן צו ביליאָנען משפּחות איבער דער וועלט. זײַן אַנאָנימקייט, די מאָדנע ווייכקייט פֿון זײַן לעצטער פּויזע, די עלנטקייט, וואָס הערשט אַרום זײַן געביין, האָבן אים כּמעט גלײַך פֿאַרוואַנדלט אין אַ סימבאָל פֿאַר אַלע באַדראָטע קינדער איבער דער וועלט בכלל און פֿאַר די סירישע פּליטים בפֿרט.
פֿאַר דעם, וואָס דאָס ייִנגל איז געוואָרן אַ סימבאָל, האָט עס געהייסן אַלאַן קורדי. בלויז דרײַ יאָר אַלט, האָט עס זײַן גאַנץ לעבן געקענט נאָר מלחמה און פּליטים־לאַגערן. די משפּחה קורדי, תּושבֿים פֿון קאָבאַני, אַ שטאָט, וואָס איז ממש צעריסן געוואָרן אויף שטיקער דורכן סירישן פּרעזידענט באַשאַר אַל־אַסאַדס לופֿט־כּוחות, האָט, ווי נײַן מיליאָן אַנדערע סיריער, פֿאַרלאָזט איר היים. אין טערקײַ האָט די משפּחה געשמאַכט צוויי יאָר אין די ריזיקע פּליטים־לאַגערן, וווּ עס געפֿינען זיך שוין מער ווי צוויי מיליאָן פֿון אירע לאַנדסלײַט.
אַנדערש פֿון ס׳רובֿ סירישע פּליטים, אָבער, האָט די משפּחה פֿאַרמאָגט, אַ פּנים, אַן אויסוועג. אַלאַנס פֿאָטער אַבדולאַ האָט אַ שוועסטער טימאַ, וואָס וווינט שוין 20 יאָר אין וואַנקוּווער, קאַנאַדע. אַלאַנס מומע טימאַ, צוזאַמען מיט אַ פּאָר פֿון אירע קורדישע שכנים אין וואַנקוּווער, האָבן אַפּליקירט צו ספּאָנסירן די משפּחה קורדי, זיי זאָלן קענען באַקומען וויזעס זיך צו באַזעצן אין קאַנאַדע ווי אָנערקענטע פּליטים. די פֿאַרשידענע פּרוּוון זענען, אָבער, ניט געלונגען. ניט געקוקט אויף דעם, וואָס אַ מיטגלידין פֿונעם קאַנאַדער פּאַרלאַמענט האָט פּערזענלעך געבעטן בײַם קאַנאַדער מיניסטער פֿאַר אימיגראַציע קריס אַלעקסאַנדער, אַז ער זאָל משתּדל זײַן לטובֿת דער משפּחה, האָט די קאַנאַדער רעגירונג ניט אָנגענומען זייער אַפּליקאַציע.
אָן ברירות און, אַ פּנים, אָן האָפֿענונג, האָט די משפּחה קורדי דרײַ מאָל באַצאָלט די שמוגלערס זיי אַריבערצופֿירן קיין גריכנלאַנד. דרײַ מאָל זענען זייערע פּרוּוון ניט געלונגען. דאָס פֿערטע מאָל, בײַ נאַכט דעם 2טן סעפּטעמבער, האָט די משפּחה, צוזאַמען מיט אַ שמוגלער, זיך געלאָזט אויפֿן ים אין אַ קליין שיפֿל, כּדי צו דערגרייכן דעם גריכישן אינדזל קאָס, וואָס ליגט צוויי מײַל אַוועק פֿון באָדרום. אין מיטן פֿון דער רײַזע, אַ ביסל נאָך צוויי אַזייגער אין דער פֿרי, האָט אַ ריזיקע כוואַליע אַריבערגעדרייט דאָס שיפֿעלע. דער שמוגלער איז אַוועקגעשוווּמען, איבערלאָזנדיק די משפּחה קורדי.
אַבדולאַ האָט פּרובירט סײַ אויפֿצוהאַלטן די קעפּ פֿון זײַנע קינדער איבערן וואַסער סײַ צו סטאַבאַליזרן און פּילאָטירן מיטן שיפֿל, אָבער ס׳איז אים ניט געלונגען. זײַנע צוויי זין זענען דערטרונקען געוואָרן גלײַך פֿאַר זײַנע אויגן, און זײַן פֿרוי איז פֿאַרשוווּנדן געוואָרן אויף אייביק אונטערן וואַסער.
ווען די זעלביקע כוואַליעס, וואָס האָבן דערהרגעט אַלאַן קורדי וואָלטן ניט איבערגעלאָזט זײַן געביין אויפֿן ים־ברעג, און ווען אַ פֿאָטאָגראַפֿקע וואָלט צופֿעליק ניט געווען דערבײַ, וואָלט קיינער ניט געהערט פֿון אים און פֿון זײַן טרויעריקן גורל. טויזנטער מענער, פֿרויען און קינדער זענען הײַיאָר דערטרונקען געוואָרן אויפֿן מיטללענדישן ים, פּרובירנדיק, אַזוי ווי די משפּחה קורדי, צו דערגרייכן אייראָפּע. מער ווי 300,000 מענטשן, צווישן זיי — צענדליקער טויזנטער קינדער, זענען דערהרגעט געוואָרן אין סיריע, אין דער מלחמה, פֿון וועלכער די משפּחה איז לכתּחילה אַנטלאָפֿן.
דער פּאַראַדאָקס, אַז מענטשן האָבן מער מיטגעפֿיל פֿאַרן גורל פֿון איין מענטש, ווי פֿאַרן גורל פֿון מיליאָנען, האָט פֿאָרגעשטעלט, ניט ווייניקער ווי יוסף סטאַלין. דער סאָוועטישער פֿירער, וואָס זײַן רעזשים האָט דערהרגעט מיליאָנען מענטשן, האָט כּלומרשט געזאָט, אַז „איין פּטירה איז אַ טראַגעדיע, און אַ מיליאָן — אַ סטאַטיסיק‟. מע קען דאָס בולט זען מיטן דאָזיקן פֿאַל: כּמעט אַלע, וואָס דריקן אויס זייער טרויער און שאָק איבער אַלאַנס טויט, האָבן פֿאַרן אינצידענט קוים געטראַכט וועגן די אומצאָליקע שוידערלעכע ידיעת וועגן דער מלחמה אין סיריע במשך פֿון די לעצטע פֿיר יאָר; אָדער וועגן דער פֿאַרפֿלייצונג פֿון פּליטים, וואָס שטראָמען אַרײַן אין אייראָפּע. און אַוודאַי זענען אַ סך פֿון די פּאָליטיקער, בפֿרט די קאַנאַדער פּאָליטיקער, וואָס דריקן אויס זייער מיטגעפֿיל דער משפּחה, צווישן די זעלביקע, וואָס שטיצן גאָר שטרענגע געזעצן, וואָס באַגרענעצן דאָס אַרײַנקומען און באַזעצן זיך אין לאַנד. בקיצור, וויל יעדער איינער, אַז די פּליטים זאָלן ניט שטאַרבן אויפֿן ים אָבער ס׳רובֿ מענטשן ווילן אויך ניט, אַז זיי זאָלן זיך אַרײַנציִען אין זייער לאַנד.
מיר ייִדן קענען ניט אויסמײַדן, אַז די סיטואַציע אויפֿן ים און אַפֿילו נאָך מער אין די באַן־סטאַנציעס אין אונגערן און טשעכיע, זאָל אונדז ניט דערמאָנען אינעם גורל פֿון די טויזנטער ייִדן, וואָס האָבן פּרובירט צו פֿאַרלאָזן אייראָפּע ערבֿ דער צווייטער וועלט־מלחמה. כאָטש די שיפֿן, ווי „סיינט לויִס‟, זענען געווען אַ סך מער פֿאַרזיכערט ווי די קלייניקע שיפֿלעך און טראַווטעס, אין וועלכע עס פֿאָרן די הײַנטיקע פּליטים, האָט מען די ייִדן, אַזוי ווי די הײַנטיקע פּליטים, אויך אין ס׳רובֿ ערטער ניט אַרײַנגעלאָזט און זיי אָפֿט צוריקגעשיקט פֿון וואַנען זיי זענען געקומען. ווי מאַראַם שטערן, די הויפּט־פֿאַרוואַלטערין פֿאַר דיפּלאָמאַטיע בײַם „ייִדישן וועלט־קאָנגרעס‟ האָט פֿאַראַכטאָגן דערמאָנט אין אַ לײט־אַרטיקל וועגן די סירישע פּליטים אין דער „יוּדישע אַלגעמײַנע‟ האָט נאָר איין לאַנד אויף דער „עוויאַן־קאָנפֿערענץ‟ גלײַך פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, די דאָמיניקאַנער רעפּובליק, געזאָגט, אַז זי איז גרייט אָנצונעמען מער ייִדישע פּליטים. אַלע אַנדערע לענדער, די פֿאַראייניקטע שטאַטן און קאַנאַדע בתוכם, האָבן די דרינגנדיקע געבעטן פֿון די דײַטשישע ייִדן איגנאָרירט.
ביז מיט אַ וואָך צוריק האָבן ס׳רובֿ לענדער אויך איגנאָרירט דעם ביטערן גורל פֿון די סירישע פּליטים. ס׳איז אָבער שווער צו איגנאָרירן אַזאַ גרויליק בילד ווי די פֿאָטאָגראַפֿיע, וואָס האָט אויפֿגעטרייסלט די וועלט. און עס קען זײַן, אַז אַ סך מער מענטשן וועלן זײַן באַוווּסטזיניק וועגן דעם ענין צוליב דעם טויט פֿון אַלאַן קורדי. אַזוי האָפֿט זײַן פֿאָטער, אַבדולאַ, וועלכער האָט איבערגעגעבן בעת אַן אינטערוויו, אַז „מיר ווילן צוציִען דעם אויפֿמערק פֿון דער וועלט צו אונדז, כּדי מע זאָל העלפֿן אויסצומײַדן אַזאַ טראַגעדיע אויף ווײַטער. הלוואי זאָל דאָס זײַן דאָס לעצטע מאָל‟.
עס וועט, אָבער, ניט זײַן דאָס לעצטע מאָל. די טרויעריקע געשיכטע פֿון די ייִדישע פּליטים פֿאַרן חורבן און דעם ביטערן גורל פֿון די פּליטים אין די באַלקאַנען און רוואַנדע אין די 1990ער יאָרן, און אין סודאַן אין די לעצטע 15 יאָר לערנט אונדז, אַז די מענטשהייט וועט ווידער ניט טאָן גענוג, צו ראַטעווען די באַדראָטע פּליטים. מע וועט יאָ זיך שלאָגן על־חטא וועגן א פּאָר זעלטענע פֿאַלן, ווי דער איצטיקער טויט פֿון אַלאַן קורדי. מע וועט, אָבער, ווידער נאָר באַווײנען אַזעלכע טראַגעדיעס פֿון יחידים, וועגן וועלכע מע הערט, און פֿאַרמאַכן די אויגן אויף מיליאָנען אומגליקלעכע פֿון דער קאַטעגאָירע — „סטאַטיסטיק‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.