ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne

פֿון שׂרה זילבערמאַן

Published September 08, 2015, issue of October 02, 2015.

הרבֿ צבֿי־הירש טעלזנער
הרבֿ צבֿי־הירש טעלזנער

דער הױפּט־רבֿ פֿון דער מעלבורנער ישיבֿה רעזיגנירט

הרבֿ צבֿי־הירש טעלזנער, דער הױפּט־רבֿ פֿונעם מעלבורנער חב״ד ישיבֿה־צענטער, האָט רעזיגנירט פֿון זײַן אַמט די װאָך נאָך דעם, װי ער האָט באַשולדיקט אײן געװעזענעם תּלמיד פֿון דער ישיבֿה־טאָגשול, װאָס האָט געליטן סעקסועלע מיסברױכן אין דער ישיבֿהס שיל, בעת ער האָט זיך געלערנט דאָרטן, אין װעלן אומברענגען די לאָקאַלע חב״ד־קרײַזן, און האָט אָנגערופֿן אַ צװײטן „אַ משוגענער”. ער האָט אױך אָנגעזאָגט דער קיניגלעכער קאָמיסיע װעגן דעם אָפּרוף פֿון אינסטיטוציעס אױף באַשולדיקונגען, אַז סעקסועלע פֿאַרברעכנס זײַנען באַגאַנגען געװאָרן קעגן קינדער אין זײער רשות; אַז די װעלכע באַגײען אַזעלכע פֿאַרברעכנס „קענען געהײלט װערן‟.

אַ גרופּע געליטענע באַשולדיקן אים אין אָנפֿירן מיט אַ קאָמפּאַניע קעגן די געליטענע, װעלכע האָבן געזאָגט דער פּאָליצײ, אַז מיטאַרבעטער פֿון דער מעלבורנער ישיבֿה זײַנען באַגאַנגען די פֿאַרברעכנס, און אַז די אָנפֿירערשאַפֿט פֿון דער ישיבֿה האָט געפּרוּװט פֿאַרדעקן די פֿאַרברעכנס, װעלכע זײַנען אומלעגאַל לױטן אױסטראַלישן געזעץ, װאָס פֿאָדערט, אַז דערציִער, װעלכע האָבן אַ חשד, אַז סעקסועלע פֿאַרברעכנס זײַנען באַגאַנגען געװאָרן קעגן קינדער, מוזן איבערגעבן אַלע פּרטים צו דער פּאָליצײ.

אין זײַן רעזיגנאַציע־בריװ האָט הרבֿ טעלזנער זיך אַנטשולדיקט פֿאַר די ישיבֿה־קרײַזן. ער האָט באַטאָנט, אַז מיטגלידער פֿון די קרײַזן זאָלן זיך באַגײן מיט חסד און אונטערשטיצונג צו די געליטענע, באַטאָנענדיק, אַז ער אַלײן האָט זיך נישט אױפֿגעפֿירט לױט „די װערטן פֿון דער ישיבֿה‟.

די גרופּע „צדק‟, װאָס רעדט אין נאָמען פֿון די געליטענע, האָט באַגריסט די רעזיגנאַציע. װיקטאָריעס קהילה, דער ייִדישער קהילה-ראַט פֿון װיקטאָריע, האָט באַגריסט די נײַעס װי אַ װיכטיקער טראָט פֿאָרױס אין דער ריכטונג פֿון „הײלן די װוּנדן פֿון די, װעלכע האָבן געליטן צוליב די פֿאַלן פֿון סעקסועלע מיסברױכן פֿון קינדער, װעלכע זײַנען פֿאָרגעקומען בײַם ישיבֿה־צענטער, און די װיכטיקע ענינים, װעלכע זײַנען אונטערגעשטראָכן געװאָרן בײַ דער קיניגלעכער קאָמיסיע‟.

די מעלבורנער חבֿרה־קדישא געזעגנט זיך מיט ר׳ אפֿרים פֿינטש

שױן 25 יאָר װי ר׳ אפֿרים פֿינטש, אַן אױסגעשולטער געזעלשאַפֿטלעכער אַרבעטער און אַ ליובאַװיטשער חסיד, פֿירט אָן מיט דער מעלבורנער חבֿרה־קדישא. ער איז אַ מיטאַרבעטער פֿון דער חבֿרה־קדישא שױן 30 יאָר. ער האָט שױן געמאָלדן, אַז ער גײט אױף פּענסיע נאָך די יום־טובֿים, אין עלטער פֿון 71 יאָר. דאַן, זאָגט ער, װעט ער זאַמלען די מעשׂיות, װעלכע ער האָט געהערט במשך פֿון די יאָרן פֿון מעלבורנער ייִדן, װי אַ רעזולטאַט פֿון זײַן אַרבעט בײַ דער חבֿרה־קדישא. ער זאָגט, אַז ער װעט זיך טײלן מיט די מעשׂיות מיט דער גענעאָלאָגישער געזעלשאַפֿט פֿון װיקטאָריע. ר׳ אפֿרים פֿאַראינטערעסירט זיך הױפּטזאַכלעך אין די לעבנס־געשיכטעס פֿון דער שארית־הפּליטה.

זײַן געהילף, פֿרעד גראָסמאַן, װעט דעמאָלט אָנפֿירן מיט דער אַרבעט פֿון דער חבֿרה־קדישא.

די מעשׂה קלינגט נישט אױסטערליש, אָבער ר׳ אפֿרים און זײַן פֿרױ קעס זײַנען געבױרן געװאָרן בײַ עלטערן, װעלכע געהערן צו דער ענגלישער קירכע. זײ האָבן זיך מגייר געװען װי אַ דערװאַקסן פּאָרפֿאָלק מיט כּמעט 50 יאָר צוריק.

מעלבורנער דערמאָנען זיך אין דער שאַנכײַער געטאָ

אַ באַדײַטנדיקע צאָל דײַטשע און פּױלישע ייִדן, װעלכע האָבן זיך געראַטעװעט פֿון די נאַציס און זײַנען געבליבן שטעקן אין שאַנכײַ נאָך דעם, װי אַמעריקע איז אַרײַן אין דער צװײטער װעלט־מלחמה אױף דער זײַט פֿון די אַליִיִרטע לענדער אין דעצעמבער 1941, האָבן זיך באַזעצט אין אױסטראַליע בעת די שפּעט־1940ער יאָרן. ֿֿ

כאָטש די יאַפּאַנער האָבן געגרינדעט אַ געטאָ אין שאַנכײַ, האָבן זײ זיך נישט צוגעהערט צו די באַפֿעלן פֿון זײערע נאַצישע שותּפֿים. זײ האָבן דערלױבט די ייִדן צו לעבן מער װײניקער פֿרײַ אין כינע. די שאַנכײַער ייִדן האָבן געפֿירט אַ רײַך קולטורעל לעבן, מיט אַ צײַטונג, טעאַטער, רעפֿעראַטן, אא״װ.

אַ גרופּע געװעזענע שאַנכײַער, זײערע קינדער, אײניקלעך און אַפֿילו אור־אײניקלעך זײַנען זיך צונױפֿגעקומען בײַ דער דערעפֿענונג פֿון אַ נײַער אױסשטעלונג װעגן דעם לעבן אין דער שאַנכײַער געטאָ בײַם מעלבורנער ייִדישן חורבן־פֿאָרש־צענטער און מוזײ. דאָס איז געשען פּונקט אין דער צײַט, װען מע האָט געפֿײַערט 70 יאָר נאָכן סוף פֿונעם פּאַציפֿישן טײל פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה. דער כינעזישער קאָנסול איז אױך בײַגעװען בײַ דער דערעפֿענונג. די אױסשטעלונג װעט זײַן אָפֿן ביזן ערשטן נאָװעמבער.

ייִדישע דאַך־אָרגאָניזאַציע טאַדלט דעם פּרעמיער־מיניסטער

דער עקזעקוטיװ־ראַט פֿון אױסטראַלישן ייִדנטום האָט געטאַדלט דעם פּרעמיער־מיניסטערס פֿאַרגלײַך פֿון „אײַסיס‟ מיט די נאַציס, זאָגנדיק, אַז װי שלעכט „אײַסיס‟ זאָל נישט זײַן, טאָר מען אים נישט פֿאַרגלײַכן מיטן סיסטעמאַטישן מאַסן־מאָרד, װאָס די נאַציס האָבן דורכגעפֿירט. דער פּרעמיער מיניסטער האָט געענטפֿערט, אַז ער װעט זיך נישט אַנטשולדיקן פֿאַרן פֿאַרגלײַך, כאָטש ער האָט זיך יאָ אַנטשולדיקט פֿאַר די לעצטע צװײ פֿאַרגלײַכן זײַנע מיט די נאַציס. דעמאָלט האָט ער פֿאַרגליכן די לײבאָר־פּאָליטיק און דעם איצטיקן אָנפֿירער פֿון דער לײבאָר־פּאַרטײ מיט די נאַציס.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.