איך האָב זיך נאָר וואָס אומגעקערט פֿון רוסלאַנד. די פֿיר טעג זײַנען זייער גיך דורכגעלאָפֿן אין מאָסקווע, און צוויי — אין פּעטערבורג. הײַנט, דאַכט זיך, מער ווי אין די פֿריִערדיקע יאָרן, איז כּדאַי צו פֿאָרן קיין רוסלאַנד. ערשטנס, ווער ווייסט, ווי אַזוי די געשיכטע וועט זיך דאָרט אַ קערעווע טאָן? אפֿשר וועט דאָס לאַנד ווערן אין גאַנצן איזאָלירט, און דאָס איז דער לעצטער שאַנס זיך דורכשפּאַצירן איבער באמת אינטערעסאַנטע שטעט. צווייטנס, איז דער רובל אַזוי אָפּגעשוואַכט געוואָרן, אַז אַפֿילו אַזאַ משוגע טײַערע שטאָט ווי מאָסקווע, זעט אויס ניט געפֿערלעך.
בעת אַ גאַנץ באַשיידענער ניו־יאָרקער האָטעל אין אַ לײַטישער געגנט, לאָמיר זאָגן, וואַשינגטאָן סקווער, וווּ איך האָב דעם זומער פֿאַרבראַכט עטלעכע טעג, האָט געקאָסט בערך 300 דאָלאַר אַ נאַכט, האָבן מײַן ווײַב און איך באַצאָלט בערך 160 דאָלאַר אַ נאַכט (מיט זייער אַ גוטן פֿרישטיק) פֿאַר אַ לוקסוס־האָטעל, וואָס געפֿינט זיך געציילטע מינוטן צו פֿוס פֿון דעם „באָלשוי‟־טעאַטער צי פֿון דעם „רויטן פּלאַץ‟.
און דאָך, זעט מען אין מאָסקווע ווייניק אויסלענדישע טוריסטן, בפֿרט פֿון אייראָפּע און אַמעריקע. דאָס איז כאַראַקטעריסטיש ניט נאָר פֿאַר מאָסקווע. אין פּעטערבורג איז דער שטראָם פֿון די אויסלענדישע טוריסטן געוואָרן אויף 40—45 פּראָצענט קלענער ווי אין 2014. דער מצבֿ איז אַ ביסל בעסער מיט די טוריסטן פֿון אַזיע. אין דער „טרעטיאַקאָוו־גאַלעריע‟, וווּ עס זײַנען אַרויסגעשטעלט בילדער און אַנדערע ווערק פֿון באַרימטע רוסישע קינסטלער, האָבן מיר געזען נאָר צוויי אויסלענדישע גרופּעס — פֿון כינע און ישׂראל.
אַ סבֿרא, אַז עס שפּילט אַ ראָלע דער פֿאַקט, וואָס סײַ די כינעזער און סײַ די ישׂראלים נייטיקן זיך ניט אין קיין רוסישע וויזעס. אָבער די פּרעסע טענהט, אַז די אייראָפּעער און אַמעריקאַנער קומען ניט, דער עיקר, צוליב דעם אַלגעמיינעם פּאָליטישן קלימאַט, אין וועלכן רוסלאַנד זעט איצט אויס ווי אַ געפֿערלעך אָרט. איך מוז זאָגן, אַז קיין שום סכּנה האָב איך ניט געפֿילט. פֿאַרקערט, מענטשן זײַנען געווען זייער פֿרײַנדלעך. אמת, מיך האָט מען דאָך, בדרך־כּלל, אויפֿגענומען פֿאַר אַ היגן תּושבֿ — מײַן רוסיש איז פֿאַר די יאָרן ניט פֿאַרזשאַווערט געוואָרן. מיר דאַכט זיך, אָבער, אַז די ביז גאָר שלעכטע באַציִונג פֿון די רוסן צו דער מערבֿדיקער וועלט, בפֿרט צו אַמעריקע, האָט אַ קנאַפּן שײַכות צו זייער באַציִונג צו אַ יחיד, וואָס איז געקומען פֿון יענע מקומות.
ביידע שטעט, סײַ מאָסקווע סײַ פּעטערבורג, שאַפֿן זייער אַ גוטן אײַנדרוק. ס’איז שיין (קודם־כּל, אין די צענטראַלע געגנטן, פֿאַרשטייט זיך), ציכטיק, פֿול מיט ערטער, וווּ מע קען געשמאַק עסן (אָבער מע דאַרף היטן דעם מאָגן — די רוסישע אַכילה קען זײַן זייער אַ שווערע), און די אינפֿראַסטרוקטור איז אַנטוויקלט בעסער ווי אין אַ סך מערבֿדיקע שטעט. אַ פֿאַנטאַסטישן אײַנדרוק האָט אויף מיר געמאַכט די גיכע באַן, מיט וועלכער איך בין געפֿאָרן פֿון מאָסקווע קיין פּעטערבורג. אַגבֿ, איך האָב זיך לאַנג אַרײַנגעקוקט אין דעם לאָגאָ פֿון דער רוסישער אײַזנבאַן — די סטיליזירטע רוסישע אותיות זעען אויס ווי אַ „פ‟ און אַ „ק‟. מעגלעך, אַז דער קינסטלער האָט געוואָלט פֿאַר־ייִדישן די דאָזיקע מעכטיקע מלוכישע סטרוקטור.
אָבער אויפֿן פֿאָן פֿון אָט די אַלע מעלות פֿון די שטעט, וועלכע טראָגן אויף זיך בולטע סימנים פֿון רײַכע, פֿון נאַפֿט־ און גאַז־זאַטע יאָרן, האָבן כּמעט אַלע, מיט וועמען איך האָב גערעדט, געהאַלטן אין איין זיך קלאָגן אויף די עקאָנאָמישע און אידעאָלאָגישע פּראָבלעמען. מע זאָגט, אַז די פּרײַזן זײַנען שטאַרק אויסגעוואַקסן, און מע פֿילט עס אין אַלע אַספּעקטן פֿון דער טאָג־טעגלעכקייט.
וואָס שײך דער אידעאָלאָגיע, האָט מײַן ווײַבס אַ חבֿרטע געזאָגט אַזוי: „מע בויט דאָ עפּעס לויטן מאָדעל פֿון צפֿון־קאָרעע‟. מײַן חבֿר, וואָס פֿירט הצלחהדיקע געשעפֿטן אין און מחוץ רוסלאַנד, האָט זיך צעלאַכט פֿון אָט דער באַשרײַבונג: „ס׳איז גאָר אַן אַנדער זאַך. מע דאַרף דאָך האָבן אַן אידעאָלאָגיע, כּדי צו בויען אַ מין צפֿון־קאָרעע. און דאָ איז קיין אידעאָלאָגיע ניטאָ. ס׳איז אַן אימיטאַציע פֿון עפּעס, וואָס מע פֿאַרשטייט אַפֿילו ניט פֿון וואָס‟. אַ פּעטערבורגער באַקאַנטע האָט מיר דערציילט, אַז איר טאָכטער וויל פֿאַרענדיקן די שול און גלײַך אַוועקפֿאָרן קיין דײַטשלאַנד — זיך לערנען און, בכלל, וווינען דאָרטן; און אַז אַלע פֿרײַנד פֿון דער טאָכטער רעדן נאָר וועגן פֿאַרלאָזן רוסלאַנד.
אין אַ רוסישער צײַטונג, וואָס איך האָב אין יענע טעג איבערגעלייענט, זײַנען פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן ציפֿערן פֿון אַ פֿרישן אויספֿרעג. עס זעט אויס, אַז אַ ביסל ווייניקער רוסן האַלטן איצט פֿון וולאַדימיר פּוטין און פֿון דער איצטיקער מלוכישער פּאָליטיק. אָבער די שטיצע בלײַבט סײַ־ווי־סײַ זייער אַ שטאַרקע.
דער באַריידעוודיקער פּעטערבורגער טאַקסיסט, וואָס האָט מיך געפֿירט צום פֿליפֿעלד, איז געווען פֿול מיט טענות צו אַלץ, בפֿרט צו די פּרײַזן און דער קאָרופּציע. פֿריִער פֿלעגט ער אָפֿט פֿאָרן קיין פֿינלאַנד, ווי אויך אין אַנדערע לענדער. הײַנט קען ער זיך עס ניט דערלויבן. אָבער זײַן סך־הכּל איז געווען אַזאַ: „ס’איז נאָך גוט, וואָס בראָש דער מלוכה שטייט אַ קלוגער מענטש‟. הקיצור, די פּסיכאָלאָגיע פֿון דעם עולם איז פֿאַרבליבן ווי אין די אַמאָליקע צײַטן: אַלץ איז שלעכט, אָבער דער צאַר, דער קיסר איז אַ גוטער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.