אַ חסידישער געצעלט־ייִשובֿ צעשטערט אין אומאַן

Ukrainian Nationalists Destroy Hasidic Tents in Uman

דער אומלעגאַלער חסידישער געצעלט־ייִשובֿ אין אומאַן, פֿאַר וועלכן די חסידים האָבן פֿאַראַיאָרן באַצאָלט אַ קנס פֿון בערך 15,000 דאָלאַר
Wikipedia
דער אומלעגאַלער חסידישער געצעלט־ייִשובֿ אין אומאַן, פֿאַר וועלכן די חסידים האָבן פֿאַראַיאָרן באַצאָלט אַ קנס פֿון בערך 15,000 דאָלאַר

פֿון ייִט״אַ

Published September 09, 2015, issue of October 02, 2015.

די אוקראַיִנישע נאַציאָנאַליסטן האָבן צעשעדיקט אַ גרויסן געצעלט־ייִשובֿ, וועלכן די חסידישע פּילגרימען האָבן אויפֿגעשטעלט אין אומאַן, לכּבֿוד ראָש־השנה.

אליעזר קירשבוים, דער פֿאָרזיצער און דירעקטאָר פֿון דער אומאַניער ייִדישער אַסאָציאַציע, האָט דערציילט דער ישׂראלדיקער צײַטונג „ידיעות אַחרונות‟, אַז דער אינצידענט איז געשען שבת. די וואַנדאַלן האָבן געוווּסט, אַז די פֿרומע ייִדן וועלן נישט קאָנען רעאַגירן, ווי געהעריק, און זיך באַנוצן מיט די קאָמוניקאַציע־מכשירים. זיי האָבן פּשוט צעבראָכן דעם צוים, אַראָפּגעשטויסן די עלעקטרישע סלופּן און די זיכערהייט־קאַמערעס, און גורם געהאַט אַ היזק, לויט קירשבוימס חשבון, אויף אַ האַלב מיליאָן דאָלאַר. די צײַטונג האָט צוגעגעבן, אַז לויט די עדות־זאָגער, האָט די פּאָליציי געזען דעם וואַנדאַליזם־אַקט, אָבער זיך נישט אַרײַנגעמישט.

נאָכן פֿאַנאַנדערפֿאַל פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, האָבן צענדליקער פּילגרימען אָנגעהויבן פּראַווען יעדעס יאָר ראָש־השנה אין אומאַן, בײַם הייליקן קבֿר פֿון רבי נחמן בראַצלעווער. נישט איינמאָל זענען שוין געשען צוזאַמענשטויסן צווישן די תּושבֿים פֿון דער שטאָט און די אויסלענדישע טוריסטן, וואָס קומען אָן על־פּי־רובֿ פֿון ארץ־ישׂראל.

קירשבוים האָט איבערגעגעבן, אַז נאָך דעם איבערקערעניש אין אוקראַיִנע האָט די נאַציאָנאַליסטישע פּאַרטיי „פֿרײַהייט‟ אײַנגעשטעלט דעם הײַנטיקן מעיאָר פֿון אומאַן, וועלכער שטיצט די נאַציאָנאַליסטן. דער דירעקטאָר פֿון דער ייִדישער אַסאָציאַציע האָט באַמערקט, אַז די רעכטע אַקטיוויסטן אַטאַקירט צומאָל די חסידים צוליב פּאָליטישע צוועקן, כּדי צו ווײַזן זייערע וויילער, אַז זיי האָבן אַ שטאַרקן כּוח קעגן אַזעלכע „פֿרעמדע עלעמענטן‟, ווי די חסידים.